אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אונגוואר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''אונגוואר''' (היינט באוואוסט ווי '''אוזשגאראד''' אדער '''אוזשהאָראָד''') איז א [[שטאט]] אין [[אוקראינע]], נישט ווייט פון דער גרעניץ מיט [[אונגארן]], [[פוילן]] און [[רומעניע]]. אונגוואר איז די הויפט שטאט פון דעם [[קארפאטארוס|קארפאטן ראיאן]]. עס געפינט זיך 30 ק"מ פון [[מונקאטש]] און נאנט צו דער גרעניץ ביי דער שטאט טשאפ.
 
==אידן אין אונגוואר==
אין אונגוואר פלעגט זיין פאר דער [[צווייטע וועלט קריג |צווייטער וועלט קריג]] א גרויסע קהילה פון [[איד]]ן, מיט באוואוסטע און בארימטע [[רבנים]]. איינער פון זיי איז דער "בעל קיצור שולחן ערוך" - ר' [[שלמה גאנצפריד]]. נאך א באוואוסטער רב איז דער "בעל משנה הלכות" ר' [[מנשה קליין]] (ווערט באקאנט אלס "מנשה הקטן"), וואס איז א גרויסער [[פוסק]].
 
אין יאר [[ה'תרע"ב]] און א [[זונטאג]] ט"ז [[טבת]] איז דארטן אויפגענומען געווארן פאר א געוויסער תקופה הרה"ג ר' [[יונתן שטייף]] אבד"ק [[עדת יראים וויען]] אין [[וויליאמסבורג]], וואס שפעטער איז ער געווארן אויפגענומען אלס דיין און [[בודאפשטבודאפעשט|בודאפעסט]]
 
נאך דער קריג זיינען צוריקגעקומען הונדערטער אידען צו דער שטאט, און היינט לעבן דארט ארום טויזנט אידן. אין די לעצטע יארן, איז דארט געקומען א [[חב"ד|ליובאוויטשער]] [[שליח]] צו דער שטאט, הרב מנחם מענדל טייכמאן און ער איז דער שטאט-רב און הויפט רב פון דעם קארפאטן ראיאן.