אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פשעווארסק (הויף)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
וויקילינק
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''פשעווארסק''' איז אדער קלייןנאמען פון א [[חסידות.]], דער [[הויף]] געפֿינט זיך אין [[אנטווערפן]]. אחוץ אנטווערפן וווינען רוב פשעווארסקער חסידים אין [[לאנדאן]] און אין [[מאנטשעסטער]].
 
דער פשעווארסקער [[רבי]]'נס בית מדרש, בית יצחק, איז אויף מערקאטארגאסמערקאטאר גאס 56, אנטווערפן.
 
צו ראש השנה און שבתים פֿון נסיעות קומט צו פֿארן הונדערטע יידן, אנדערע חסידים אויך, נישט נאר פשעווארסקער, דאווענען מיטן רבי'ן, און מען דינגט א גרויסן זאל כדי עס זאל זײַן גענוג פלאץ פֿארן גאנצן עולם.
 
דער ערשטער רבי איז געווען הר"ר [[משה יצחק געווירצמאן]], א זון פֿון ר' נפתלי אלימלך, וואס איז געווען א זון פֿון ר' אברהם גארליצער. ר' אברהם איז געווען דעם [[אלימלך פון ליזשענסק|נועם אלימלך]]'ס א זון.
 
[[בילד:Położenie Przeworska.png|ממוזער|220px|דאס שטעטל פשעווארסק אין פוילן.]]
נאך דער חתונה האט זיך ר' משה יצחק באזעצט אין [[פשעווארסק, גאליציע]], דעריבער הייסט ער פשעווארסקער רבי. נאכן חורבן פֿון אייראפע איז ער אריבערגעצויגן קיין [[פאריז]]. אין יאר תשט"ז האט ער אויפֿגעשטעלט זײַן הויף אין אנטווערפן. ער איז געווען דער נשיא פֿונ'ם גאליציאנער [[כולל חבת ירושלים]]. אסאך פֿלעגן רופֿן עם „ר' איציקל". זײַן זון איז נעבעך אומגעקומען אין די קריג יארן.
 
נאך זײַן פטירה [[יום כפור]] [[ה'תשל"ז]] האבן די חסידים, ובראשם הר"ר [[אלחנן היילפרין]] פֿון לאנדאן, מכתיר געווען זײַן איידעם הר"ר [[יעקב לייזער]] אלס רבי.
 
נאך די פטירה פון ר' יעקב כ"ז חשון [[ה'תשנ"ט]] האט ממלא מקום געווען זיין זוהן ר' לייביש לייזער