אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קבלה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מאין תקציר עריכה
שורה 15:
אויף צו לערנען קבלה פארלאנגט זיך צו לערנען מיט א געלערנטער מורה, און עס פארלאנגט זיך קענטניס אין אלע געביטן פון [[תנ"ך]], ש"ס, [[מדרש|מדרשים]], און פסקי הלכה.
 
א '''מקובל''' (אין ענגליש: ''קאבאליסט'') איז איינער וואס שטודיעט חכמת הקבלה. עס איז היינט דא קאבאליסטען וואס זענען נישט דווקא פרומע עהרליכע אידן, עס זענען דא אפילו פרייע און אפילו גוים און קריסטן וואס שטודירן די שטריכן פון קבלה און זוהר.
 
די חכמה פון קבלה איז א טיעפע און א גרויסע, עס איז פונקט אזוי די חכמה פון נגלה, עס אנטהאלט אין זיך גאר אסאך, און מיט גרויסע טיעפקייט, אבער די פשטות דערפון קען מען לערנען אזוי ווי מען קען לערענן נגלה, מען דארף זיך אויסלערנען די כללים, און דערנאך קען יעדער אליין זיך אפלערנען ענינינם אין קבלה.
שורה 26:
ווי דערמאנט פריער איז דאס פארשידענע שטרעמונגען און וועגן פון קבלה. א גרויסער חלק און דער טיעפסטער דערפון איז די קבלה וואס דער האר"י הק' האט געלערנט מיט זיין תלמיד רבי [[חיים וויטאל]]. עס זענען געווען אסאך מקובלים וואס האבן געהאלטן אז דער עיקר אמת'ער קבלה איז דער קבלת האר"י און אנדערע מקובלים וואס גייען נישט אין קבלת האר"י זענען נישט ריכטיג.
 
אין דעם הינזיכט איז אויך דא צוויי מיינונגען, עס איז דא וואס זאגן אז אלע ספרים וואס רעדן פון קבלת האר"י איז אמת ווי דער ספר [[עמק המלך]], [[שפע טל]], [[שערי גן עדן]] [[הרמ"ז]], און עס זענען דא וואס האלטן אז נאר די ספרים וואס רבי חיים וויטאל האט געשריבן דאס איז ריכטיג אנדערע זענען נישט ריכטיג און מען זאל דערין נישט לערנען.
 
דער חיד"א האט געהאלטן אזוי אז בלויז די קבלת האר"י ז"ל און בלויז די ספרים פון רבי חיים וויטאל זאל מען לערנען צו קענען חכמת הקבלה נישט אדדערע ווי ער שרייבט אין [[שם הגדולים]] ערך קצור תקפו כהן, וערך רבי חיים וויאטל, אין לומדים בעיה"ק בדברי קבלה כי אם הח' שערים שהועתקו מכתבי מהרח"ו עצמו ובנו, ודרך עץ החיים ותו לא, כי אפילו בכתבי האר"י ז"ל חושבבים לספרים וסדרים אחרים.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/קבלה"