אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פשעווארסקער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'הרה"ק רבי משה הלוי סופר סת"ם מפשעווארסק זצוק"ל בעל מחבר ספר "אור פני משה" י"ב טבת דער אור פ...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 25:
 
איך האב נישט געקענט שרייען נאך הילף ווייל עס איז מיר אוועקגענומען געווארען דער כח הדיבור, האב איך מיך דערמאנט אז אויפ'ן טיש ליגט א פלעשל בראנפן וואס איז אנגעגרייט פאר קידוש פון מארגען בייטאג, האב איך באשלאסען צו נעמען אביסל בראנפן און מיר ארויפגיסען אביסל אויפ'ן פנים און אריין נעמען אביסל דערפין אין מויל זיך צו דערמינטערן . איך האב אבער נישט געהאט קיין כח צו צוגיין אפילו נאר ביז צום טיש, ביז איך בין געפאלן אויף אן המצאה און האב מיך א ווארף געטוהן אין די ריכטונג פון טיש און לויט ווי די דערציילסט איז דאס טאקע געווען דעם רבי'ן פון לובלינ'ס כח אז איך בין געפאלען ביז צום טיש און געקענט נעמען דעם בראנפען, ברוך השם אז דאס האט געהאלפן און צוביסלעך בין איך צו זיך געקומען, ביז אינדערפרי בין איך שוין געווען אינגאנצען געזונט און שטארק אז איך האב שוין געקענט גיין דאווענען אין בית המדרש, דאס אלעס האט דער רבי פון לובלין געזען מיט זיינע הייליגע אויגן און טאקע אין זיין זכות בין איך ניצול געווארן!
 
דער אור פני משה האט געשיקט זיינע קינדער זיך מסתופף זיין בצל קדשו פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע.
 
דער רבי ר' משה פשעווארסקער זי"ע איז געווען בטבעו א געוואלדיגער חלוש. מען האט דאס נאך געקענט זען פון זיין מצבה אויף זיין קבר אין פשעווארסק, אז זיי גאנצער קערפער געבוי איז געווען נישט גרעסער ווי פון א זיבען יעריג קינד, טראץ דעם איז ער געווען א געוואלדיגער עובד השם , און זיין עבודה איז געווען מיט אן אומנאטורליכע יגיעה העכער אלע מענטשליכע באגריפן. האט ער אמאל געשיקט זיינס א זון ער זאל פארן אויף שבת צום רבי'ן פון לובלין דער חוזה זי"ע .
 
ווען דער זון איז אנגעקומען אהין , האט אים דער רבי פון לובלין אויפגענומען מיט גרויס כבוד און האט אים גאר שטארק מקרב געווען , לכבוד זיין היייליגען טאטען דער אור פני משה. פרייטאג צו נאכטס, ווען דער זון איז אנגעקומען צום טיש, האט דער רבי פון לובלין אים גלייך ארויף גערופען און ארויסגעוויזן גאר שטארק התקרבות, דאן האט ער אים באפוילן צו שטעלין א פלאש וויין צום טיש פאר זיין טאטנ'ס געזונט , אויך האט ער אים געהייסען אז נאכ'ן טיש זאל ער נאכאמאל צוקומען צו אים און זאל מזכיר זיין דעם טאטען , זעלבסט פארשטענדליך אז דער זון איז געווארן גאר שטארק באזארגט אז ווער ווייסט וואס דער טאטע טוט יעצט אינדערהיים ? ער האט דאך גוט געוואוסט אז דער רבי פון לובלין האט הייליגע אפענע אויגן און זעט אלעס מיט זיין רוח הקודש, וואוס צוליב דעם האט ער באקומען דעם נאמען "דער חוזה" און אויב הייסט ער אים יעצט צוויי מאל מזכיר זיין דעם טאטן קומט זיכער עפעס פאר אין פשעווארסק ביים טאטן!
 
נאכ'ן טיש איז דער זון צוגעגאנגען צום רבי'ן פון לובלין און מזכיר געווען דעם טאטן מיט די מאמע'ס נאמען , ווי דער רבי האט אים פריער באפוילען , עטליכע מינוט שפעטער האט דער רבי פון לובלין זיך אנגרופען צו אים , דארפסט דיך נישט זארג'ן ! דיין טאטע איז ברוך השם נישט אין קיין סכנה, ער איז נאר א ביסל נישט געזונט , און בקרוב וועט ער זיך שטארקן און ווערן צוריק געזונט און שטארק! כאטש דער זון האט געהערט אזעלכע קלארע דיבורים פונעם "חוזה" דאך איז ער נאך געווען א ביסל באזארגט וואס עס הערט זיך ביים טאטען דעריבער כאטש געווענליך פלעגט ער בלייבן ביים רבי'ן עטליכע וואכן זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו און אריינזאפן אין זיך פון רבינ'ס הייליגער גייסט אין תורה וחסידות האט ער יעצט זיך נישט פארזוימט לאנג און באלד זונטאג אינדערפרי האט ער זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג אהיים קיין פשעווארסק.
 
דער וועג פון פשעווארסק קיין לובלין דארף היינט נאך אויך געדוירען עטליכע שעה, און אוודאי אין יענע צייטן האט אזא וועג געדויערט גענוג לאנג און ווי נאר דער וואגן איז אנגעקומען נעבען די שטאט פשעווארסק האט זיך דער זון גלייך גענומען נאכפרעגען ביי פארבייגייער וואס דער טאטע מאכט ? די מענטשן האבען אים אנגעקוקט מיט גרויס וואונדער , וואס איז ער אזוי באזארגט אויף זיין טאטן דעם רבינ'ס געזונט צו שטאנד , ברוך השם אז דער רבי דער אור פני משה איז געזונט און איז שבת געווען ביים דאווענען אין בית המדרש ווי געווענליך אלע דריי תפלות און עס פעלט אים גארנישט.
 
ווען דער זון איז אריינגעוקמען צום טאטען אין צימר האט זיך דער אור פני משה גאר שטארק געוואונדערט און האט אים באלד געפרעגט וואס האסט דו דיך אזוי געאיילט שוין א היים צו קומען פארוואס ביסט דו נישט געבליבן לענגער אין לובלין ווי די פלעגסט דאס טוהן געווענליך ? האסט געדארפט בלייבען דארט ביים רבי'ן כאטש דריי וואכן! נישט אזוי גרינג קומט דאס דאך אן זיך אריבערצוכאפן א נסיעה צום רבי'ן קיין לובלין און אז דו ביסט שוין יא אנגעקומען אהין האסט דו געדארפט בלייבן א לענגערע צייט און נישט באלד כאפן און א היים קומען !
 
דער זון האט אבער אנשטאט אן ענטפער אויסגעשריגען טאטע! ווי אזויוי פילסט דיך און געזונט? ברוך השם פיין האט דער אור פני משה געענפערט, טאטע ! – האט דער זון ווייטער געפרעגט זאג מיר דעם אמת וואס האט מיר דיר פאסירט דעם פרייטאג צו נאכטס בערך צען אזייגער? ווייל פון רבינ'ס ווערטער האב איך פארשטאנען אז עפעס האט מיט דיר פאסירט און טאקע דערפאר האב איך מיך יעצט אזוי א היים געאיילט?
 
ווען דער אור פני משה האט דאס געהערט איז ער געבליבען שטיין פארוואונדערט און האט געזאגט יעצט זע איך אז דער צדיק האט מרגיש געווען דארט ביים אים אין שטאט אלעס וואס עס האט זיך מיט מיר אפגעשפילט יענע נאכט !
 
האט דער אור פני משה גענומען דערציילען זאלסט וויסן מיין זון אז אזוי ווי ליל שבת קודש איז דאך די ענדע פון די וואך דארף זיך א מענטש דעמאלט מאכען א חשבון הנפש און זען וואס ער האט אפגעטוהן די וואך , ווי אזוי ער האט אפגעראכטען די ששת ימי המעשה דעריבער דעם פרייטאג צו נאכטס האב איך מיך אליין געמאכט א חשבון פון אלע מיינע מעשים וואס איך האב געטוהן א גאנצע וואך האב איך ליידער געזען אז דער חשבון איז זייער א ביטערער איך בין פיל געווארען מיט חרטה געפילן ביז דאס האט מיר ממש אנגערירט צום הארץ און האב געפילט ממש א טעם מות ל"ע איך האב געזען אז איך בין אין א סכנה דאס חיות פליט מיר ארויס רח"ל אבער קיינער איז נישט געווען אין הויז מיך צו קענען דערמינטערען .
 
איך האב נישט געקענט שרייען נאך הילף ווייל עס איז מיר אוועקגענומען געווארען דער כח הדיבור , האב איך מיך דערמאנט אז אויפ'ן טיש ליגט א פלעשל בראנפן וואס איז אנגעגרייט פאר קידוש פון מארגען בייטאג האב איך באשלאסען צו נעמען א ביסל און מיר ארויפגיסען א ביסל אויפ'ן פנים און אריין נעמען אביסל דערפין אין מויל זיך צו דערמינטערן . איך האב אבער נישט געהאט קיין כח צו צוגיין אפילו נאר ביז צום טיש, ביז איך בין געפאלן אויף אן המצאה און האב מיך א ווארף געטוהן אין די ריכטונג פון טיש און לויט ווי די דערציילסט איז דאס טאקע געווען דעם רבי'ן פון לובלינ'ס כח אז איך בין געפאלען ביז צום טיש און געקענט נעמען דעם בראנפען, ברוך השם אז דאס האט געהאלפן און צוביסלעך בין איך צו זיך געקומען , ביז אינדערפרי בין איך שוין געווען אינגאנצען געזונט און שטארק אז איך האב שוין געקענט גיין דאווענען אין בית המדרש דאס אלעס האט דער רבי פון לובלין געזען מיט זיינע הייליגע אויגן און טאקע אין זיין זכות בין איך ניצול געווארן !
 
דער מונקאטשער רב פלעגט אויספירן אויף די מעשה, אז אויב דער צדיק וועלכער האט אפגעפירט א גאנצע וואך מיט גרויס קדושה וטהרה , דאס האט ער געהאט אזא חרטה אז ער איז צוגעקומען דערפון ממש צו סכנת נפשות הלואי וואלטן מיר זוכה געווען צו אזא חרטה כאטש איינמאל א יאר, ערב יום הקדוש .
(דרכי חיים ושלום)
 
אין איינע פין זיינע באזיכען ביי דעם צדיק האט אמאהל ר' ליבוש מטארניגראד ז"ל דערקענט אויף אים אז ער איז פארזארגט. פרעגנדיג די אורזאך דערפון, האט רבי משה מפשעווארסק זצ"ל אים דערציילט, אז פון ווען ער האט אין א גוטע שעה א שידוך געטוהן מיט זיין טאכטער, וויינט זיין פרוי טאג און נאכט, פארוואס ער זארגט נישט אפילו איר צו אויסשטאפירן. בעהט אים ר' ליבוש, ער זאל זאגן וויפיהל ער דארף, רבי משה קען נישט קיין צורת מטבע און האט נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט. רופט מען אריין זיין פרוי און לויט איר וואָרט, ציילט ר' ליבוש אפ דריי הונדערט רענדלעך. "דאס איז פאר די כלה" – קלאגט די פרוי – אבער וואס וועט זיין מיט די קלענערע טאכטער? זי איז דאך שוין אויך אין די יארן און טאג טעגליך קלאפן שדכנים אויף די טיר... ר' ליבוש טראכט נישט קיין סאך און ציילט אפ נאך דריי הונדערט רענדלעך. די פרוי מיט איר מאן רבי משה שטראלן פון פרייד און דער צדיק רופט אויס באגייסטערט:
אין דעם זכות וואס דו האסט ליכטיג געמאכט אונזערע אויגן, זאל דער באשעפער דיר געבן א זוהן וועלכער וועט באלייכטן אלע וועלטן!
די ברכה פון צדיק איז פארווירקליכט געווארן און צום יאהר האט זיין פרוי, מרים, די טאכטער פון טארניגראדער רב זצ"ל, אן אייניקל פון חכם צבי זצוק"ל געבוירן דעם אינגל חיים, וואס איז אין יארן שפעטער געוועהן דער הייליגער צאנזער רב זצוק"ל זי"ע – בעל "דברי חיים" און מיט זיין תורה, עבודה וגמילות חסדים באלויכטן אלע וועלטן.