אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לוי יצחק הורוויץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
פארברייטערט דעם ארטיקל
שורה 6:
רבי לוי יצחק איז געבוירן [[כ"ז סיון]], [[ה'תרפ"א]] אין [[באסטאן]], [[מאסאטשוסעטס]] צו זיין פאטער רבי [[פינחס דוד הורוויץ]], דעם ערשטן באסטאנער רבי, און זיין מוטער רביצין שרה סאשע הורוויץ. ער איז געווען אן אייניקל (זיבעטער דור) פונעם [[בעל שם טוב]].
 
אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי פריוואטע מלמדים. אין יאר תרצ"ד, פאר זיין [[בר מצוה]], האט אים זיין פאטער געשיקט מיט זיין מאמען קיין [[ירושלים]], כדי ער זאל זיין דארט ווען ער ווערט בר מצוה. זיין פאטער האט זיי נאכגעפאלגט שפעטער. לוי יצחק איז דעמאלסט אריין אין דער ישיבה "תורה ויראה" וואו ער האט געלערנט צוויי יאר. דערנאך איז ער צוריק קיין באסטאן וואו ער האט געלערנט מיט פריוואטע מחנכים ביז זיין פאטער האט אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה "[[תורה ודעת]]" אין [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]]. ער האט באקומען [[התרת הוראה]] פון רבי שלמה היימאן.<ref name=JT>[[אידישע טריבונע]], לאנדאן, אויסגאבע 2002, כ"ג כסלו תש"ע</ref>
 
אין יאר תש"ב, עטלעכע חדשים נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער חתונה געהאט מיט רייכל אונגער פון [[קליוולאנד]], [[אהייא]],<ref>[http://chareidi.shemayisrael.com/archives5762/MM62aboston.htm די באסטאנער רביצין]</ref>, א טאכטער פון רבי נפתלי אונגער פוןהי"ד, דער [[ניימארק]]ער רב, אן אייניקל פון רבי [[מרדכי דוד אונגאר]] פון [[דאמבראוו]] און רבי [[נפתלי צבי הורוויץ]] פון [[ראפשיץ (הויף)|ראפשיץ]]. זי איז אדאפטירט געווארן דורך רבי [[מאיר לייפער]] פון קליוולאנד. די רביצן איז אים בייגעשטאנען ביי זיין עבודה ביז איר פטירה אין תשס"ב. דערנאך האט ער חתונה געהאט זיין זיווג שני, יהודית, וואס האט אים איבערגעלעבט.<ref name=JT/>
 
זייערע קינדער זענען:
שורה 26:
דער באסטאנער רבי איז נפטר געווארן שבת פ' וישלח, [[י"ח כסלו]], [[ה'תש"ע]], אין [[ירושלים]].<ref>{{cite news |url=http://www.israelnationalnews.com/News/News.aspx/134802|title=Bostoner Rebbe Passes Away at 88 |first=Gil |last=Ronen |work=''[[Arutz Sheva]]'' |date= 5 December 2009 |location=Israel |accessdate=5 December 2009 |quote=The Bostoner Rebbe, Rabbi Levi Yitzchak Horowitz, passed away at Shaarei Tzedek Hospital in Jerusalem on Sabbath}}</ref>
 
{{סעריע|
| פֿריערער = פינחס דוד הורוויץ
| ליסטע = באסטאנער רבי
| יאר = [[ה'תש"ד]] - [[ה'תש"ע]]
| ספר =
| נעקסטער = פינחס הורוויץ (ניו יארק)<br />מאיר אלטער הורוויץ (ירושלים)<br />נפתלי הורוויץ (באסטאן)
}}
== רעפערענצן==
<references/>