אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לוי יצחק הורוויץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
בילד
אין תקציר עריכה
שורה 4:
==משפחה==
[[טעקע:Bostoner Rebbe LYH at age 4.jpg|thumb|left|150px|דער באסטאנער רבי צו פיר יאר]]
רבי לוי יצחק איז געבוירן [[כ"וז איירסיון]], [[ה'תרפ"א]] אין [[באסטאן]], [[מאסאטשוסעטס]] צו זיין פאטער רבי [[פינחס דוד הורוויץ]], דעם ערשטן באסטאנער רבי, און זיין מוטער רביצין שרה סאשע הורוויץ. ער איז געווען אן אייניקל (זיבעטער דור) פונעם [[בעל שם טוב]].
 
אין זיין יוגנט האט ער געלערנט תורה ביי פריוואטע מלמדים. אין יאר תרצ"ד, פאר זיין [[בר מצוה]], האט אים זיין פאטער געשיקט מיט זיין מאמען קיין [[ירושלים]], כדי ער זאל זיין דארט ווען ער ווערט בר מצוה. זיין פאטער האט זיי נאכגעפאלגט שפעטער. לוי יצחק איז דעמאלסט אריין אין דער ישיבה "תורה ויראה" וואו ער האט געלערנט צוויי יאר. דערנאך איז ער צוריק קיין באסטאן וואו ער האט געלערנט מיט פריוואטע מחנכים ביז זיין פאטער האט אים געשיקט לערנען אין דער ישיבה "[[תורה ודעת]]" אין [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]]. ער האט באקומען [[התרת הוראה]] פון רבי שלמה היימאן.
אין יאר תש"ב, עטלעכע חדשים נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער חתונה געהאט מיט רייכל אונגער לייפער פון [[קליוולאנד]], [[אהייא]]<ref>[http://chareidi.shemayisrael.com/archives5762/MM62aboston.htm די באסטאנער רביצין]</ref>, אן אייניקל פון רבי [[נפתלי צבי הורוויץ]] פון [[ראפשיץ (הויף)|ראפשיץ]].
 
אין יאר תש"ב, עטלעכע חדשים נאך זיין פאטער'ס פטירה, האט ער חתונה געהאט מיט רייכל אונגער לייפער פון [[קליוולאנד]], [[אהייא]]<ref>[http://chareidi.shemayisrael.com/archives5762/MM62aboston.htm די באסטאנער רביצין]</ref>, א טאכטער פון רבי נפתלי אונגער פון ניימארק, אן אייניקל פון רבי [[מרדכי דוד אונגאר]] פון [[דאמבראוו]] און רבי [[נפתלי צבי הורוויץ]] פון [[ראפשיץ (הויף)|ראפשיץ]].
 
זייערע קינדער זענען:
* רבי [[פינחס הורוויץ]], באסטאנער רבי אין [[ניו יארק סיטי|ניו יארק]]
* רבי [[מאיר אלטער הורוויץ]], באסטאנער רבי אין [[הר נוף]]
* מרת שיינא, דאס ווייב פון רבי [[יוסף פרענקל]], וויליעפאלער רבי אין [[פלאטבוש]]
* רבי [[נפתלי הורוויץ (באסטאן)|נפתלי הורוויץ]], באסטאנער רבי אין באסטאן
* מרת טויבא, ווייב פון הרב געלטצעלער
 
== זיין רביסטעווע==
רבי לוי יצחק האט איבערגענומען זיין פאטער'ס הויף אין באסטאן. ער האט שטארק מקרב געווען סטודענטן אין די פארשידענע [[אוניווערסיטעט]]ן וואס געפינען זיך אין און נאנט צו באסטאן. ער האט אויך אויפגעשטעלט די ארגאניזאציע "רופא" צו שטיצן יידן וואס זענען געקומען קיין באסטאן פון איבער דער גארער וועלט צו די גרויסע [[שפיטאל|שפיטעלע]] און דאקטוירים אין באסטאן.
 
אין תשמ"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן א בית מדרש אין דעם נייעם געגנט [[הר נוף]], [[ירושלים]] וואס איז היינט א גרויסער צענטער פון באסטאנער חסידות.
 
אין תשנ"ד איז ער געווארן א מיטגליד אין דער [[מועצת גדולי התורה]] פון אמעריקע.
== זיין פטירה ==
דער באסטאנער רבי איז נפטר געווארן שבת פ' וישלח, [[י"ח כסלו]], [[ה'תש"ע]], אין [[ירושלים]].<ref>{{cite news |url=http://www.israelnationalnews.com/News/News.aspx/134802|title=Bostoner Rebbe Passes Away at 88 |first=Gil |last=Ronen |work=''[[Arutz Sheva]]'' |date= 5 December 2009 |location=Israel |accessdate=5 December 2009 |quote=The Bostoner Rebbe, Rabbi Levi Yitzchak Horowitz, passed away at Shaarei Tzedek Hospital in Jerusalem on Sabbath}}</ref>
שורה 16 ⟵ 31:
{{גרונטסארטיר:הורוויץ, לוי יצחק}}
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם]]
[[קאַטעגאָריע:מועצת גדולי התורה]]
[[קאַטעגאָריע:נקבר אין הר הזיתים]]
[[קאַטעגאָריע:אייניקלעך פון בעש"ט]]
[[he: לוי יצחק הורוביץ]]