אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן רוקח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 4:
 
"רבי אהר'לע בעלזער", ווי ער ווערט גערופן אין די אלגעמיינע חסידישע וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה און בעלז בחורבנה, און האט מיט די לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון בעלז בבנינה. ער איז ביי די צווייטע וועלט מלחמה אנטלאפן פון בעלז אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזענדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז וואס איז געווען דער קרוין פון חסידות אין גאליציע. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון פרעמישלאן, באכניע, קראקא, צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זיין ברודער הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל, דער בולגערייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפש'דיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים אויף בודאפעסט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכ'ן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל, שבור ורצוץ (צום באמערקן, ער האט זיך נעבעך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג), אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכות'דיגען רבי'ן וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער חסידים, אבער מיט א אויסגעלייטערטע קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגע צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל.
 
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער (אומגעקומען אין די קריג הי"ד). זיין פלאץ האט ערפולט זיין נעפיו, זון פון זיין ברודער הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל, דאס איז דער היינטיגער רבי כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א, וועלכער האט אויף א וואונדערליכן אופן, בזכות פון זיינע הייליגע עלטערן, אויפגעבויט איינער פון די שענסטע, אויב נישט די שענסטע, חסידישע עדות אין דער וועלט.
 
פילצאליגע וואונדער, מופתים און הייליגע הנהגות ווערט פון אים פארציילט.