אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוכה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פֿאַרבײַט דעם בלאַט מיט 'zh-yue:修殿節 KERRANG!'
שורה 1:
[[zh-yue:修殿節]]
[[טעקע:Tich_hanukiah_2.jpg|ממוזער|שמאל|א וואנט מנורה אויף חנוכה]]
'''חנוכה''' איז א [[יום טוב]] וואס ווערט געפייערט אַכט טעג, אנהייבנדיג פון [[כ"ה כסליו]]. '''חנוכה''' איז איינע פון [[שבע מצוות דרבנן|זיבן מצוות]] וואס די חז"ל האבן באשטימט, צו צינדן חנוכה לעכט און לויבן דעם אייבערשטן פאר די נסים, דורך זאגן [[הלל (דאווענען)|הלל]] און זאגן [[על הנסים]] ביים דאווענען און ביים [[ברכת המזון|בענטשן]].
 
== שטאַמונג ==
 
ביים צווייטן [[בית המקדש]] ווען די [[יוונים]] האבן געקעניגט איבער [[ארץ ישראל]], האבן זיי ארויסגעגעבן פארשידענע [[גזירות]] אויף די יידן און זיי פארבאטן פון צו פראקטיציערן זייער [[יידישקייט]], און זיי געשטערט פון צו לערנען [[תורה]]. די יוונים האבן זיי בערויבט פון זייער געלט און זייערע טעכטער, און זענען אריין און [[היכל]] און [[טמא|מטמא]] געווען אלע [[טהור|טהרות]], און אונטערדריקט דאס יידישע פאלק, ביז ווען דער אייבערשטער האט זיך דערבארימט איבער זיין יידיש פאלק אין זיי ארויסגעהאלפן פון זייערע הענט און זיי אפגעראטעוועט, און די [[חשמונאים]] די [[כהן גדול|כהנים גדולים]] האבן זיי געזיגט און האבן אוועק געשטעלט א קעניג פון די [[כהן|כהנים]] און צוריק געקערט דעם קעניגרייך צו די יידן פאר איבער צוויי הונדערט יאר ביז דעם [[חורבן]] פון [[בית שני|צווייטן בית המקדש]], דער טאג וואס די יידן האבן געזיגט זייערע פיינד איז געווען פינף און צוואנציג טאג אין חודש כסליו. <ref>לשון הרמב"ם הל' חנוכה פ"ג ה"א ה"ב</ref> געווען איז דאס אין יאָר [[ג'תקצ"ז]] (165 פער די קריסטלעכע צייט-רעכנונג).
 
די חז"ל<ref>מגילת תענית פרק ט', מסכת שבת כ"א ע"ב</ref> דערציילן ווען די [[יוונים]] זענען אריין אין [[היכל]] האבן זיי [[טמא|מטמא]] געווען אלע אייל וואס איז דארט געווען, און ווען די [[חשמונאים]] האבן זיי באזיגט און זענען אריין און היכל, האבן זיי נאכגעזוכט און האבן נישט געפונן נאָר איין קריגעלע אויל, וואס איז נישט געווען טמא, וואס איז נאך געווען פארזיגלט מיט דער [[סטעמפעל]] פון [[כהן גדול]], וואס איז געווען גענוג פונקט פאר איין טאג אָן צוצינדן די [[מנורה]], און ס'איז געשען א [[נס]] און מען האט געצינדן דערפון אכט טעג, ביז מען האט געברענגט פרישע אויל. דאס אנדערע יאר האבן די [[חכמים]] באשטימט און געמאכט די טעג פאר א [[יום טוב]], מיט [[הלל]] און [[הודאה]], וואס ווערט אנגערופן '''חנוכה'''. און וויבאלד דער נס איז געשען מיט די לעכט פון די מנורה , דערפאר האבן די חכמים באשטימט מען זאל צינדן חנוכה-לעכט, צו דערמאנן דעם נס<ref>טור או"ח תרע"א</ref>. אנדערע ראשונים זאגן אז דעם יום טוב האבן די חכמים באשטימט איבער דעם [[נס]] פון זיגן דעם קריג, און וויבאלד ס'איז געדאפלט געווארן דער נס מיט דעם אויל, האבן די חכמים אויך צוגעלייגט מ'זאל צינדן די חנוכה-לעכט, צו דערמאנן דעם נס<ref>ר"י מלוניל שבת כ"א</ref>.
 
== אכט טעג ==
 
איבער דער פראגע פארוואס די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג, כאטש דער נס מיט דעם קריגעלע אויל איז נאר געווען זיבן טעג - פאר איין טאג איז דאך געווען גענוג - איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן, א טייל דערפון:
 
* פארשידענע ערקלערונגן וויאזוי דעם ערשטן טאג זעלבסט איז געשען א נס מיט דעם קריגעלע אויל <ref>בית יוסף - או"ח תר"ע</ref>.
 
* דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב אלס לויב פארן אויסלייזונג און טרעפן דעם קריגעלע אויל <ref>מאירי - שבת כ"א</ref>.
 
* דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב אלס געדענקעניש פון דעם נס פון זיגן די קריג <small>נס נצחון</small> <ref>פרי חדש - או"ח תר"ע</ref>.
 
* דעם ערשטן טאג האט מען באשטימט יום טוב ווייל דעמאלס האט מען באנייעט דעם [[בית המקדש]] <ref>שלטי גבורים - שבת</ref>.
 
* די חכמים האבן באשטימט חנוכה אכט טעג, וויבאלד די יוונים האבן פארשטערט פון האלטן די מצוה פון [[מילה]] וועלכע איז צו אכט טאג <ref>בעל העתים, כל בו</ref>.
 
אויך איבער דער פראגע פארוואס האט געדויערט אכט טעג ביז מען האט געצונדן פון פרישע אויל, איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן, א טייל דערפון:
 
* וויבאלד דער שטאט [[תקוע]] פון ווי מען פלעגט ברענגן אויל פאר דעם [[בית המקדש]] איז געווען א וועג פון אכט טאג הון און צוריק <ref>מאירי, ר"ן, אבודרהם</ref>.
 
* וויבאלד אלע יידן זענען געווען דעמאלטס אנגענומען אלס טמא|טמאי מת, האט מען נישט געקענט דירעקט פראדוצירן פרישן אויל, נאר מען האט געמוזט ווארטן זיבען טעג זיך צו רייניגן, און נאך איין טעג וואס האט געדוירט צוגרייטן די אויל, עס צוקווועטשן און ארויס נעמען ריינע אויל <ref>בית יוסף</ref>.
 
 
== דער נס פון זיגן דעם קריג ==
 
חנוכה איז באשטימט פאר א אנדענקונג וואס האט פאסירט מיט דעם אויל, נישט א אנדענקונג פון דעם קריג וואס די חשמונאים האבן געזיגט, די מעשה ווערט געשילדערט מיט אלע דעטאלן אין [[מגילת תענית]] און אויך אין [[מגילת החשמונאים]], די סיבה שטייט עטליכע טעמים אין די מפורשים. קודם וויבאלד לויט די געזעצן פון דער תורה האבן די חשמונאים נישט געטארט נעמען דאס אידישע קעניגרייך, ווייל דאס אידישע קעניגרייך געהערט בלויז פאר [[מלכות בית דוד]], ווער עס קריגט אויף דעם קעניגרייך פון בית דוד איז ווי גלייך ער קריגט אויף דער שכינה. אזוי שטייט אין רמב"ן פרשת ויחי אויפן פסוק לא יסור שבט מיהודה. אבער אין של"ה שטייט אז די כוונה פון די חשמונאים איז געווען צום גוטן, זיי האבן געמאכט א גרייז.
 
 
דער חתם סופר זאגט אז וויבאלד די חשמונאים האבן פארכאפט דאס קעניגרייך פון [[בית דוד]], און ר' [[יהודה הנשיא]] איז געווען פון די אייניקלאך פון בית דוד, האט עס איהם זייער געאהרט, פארוואס זיי האבן דאס געטוהן דעריבער ווערט חנוכה כמעט נישט דערמאנט אין משניות.
 
נאך אן אוירזאך, וואס עס ווערט געברענגט אין די היסטאריקער, פארוואס דער אנדענק אין פייערונג פון חנוכה איז דוקא נאר נאך די נס פון די מנורה און נישט נאך די זיגן קעגן די גריכן, ווייל למעשה דורכאויס די היסטאריע פון די אידן ביז דאן זענען געווען פולע זיגן וואס די אידן האבן געהאט קעגן אירע פיינט, און בלויז צוליב דעם זיג האבן די חכמים נישט געפינען פאר וויכטיק צו גרינדן א ספעציעלער יום טוב פאר אלע דורות אינעם יארטאג, אבער וויבאלד אין יענעם עפאכע זענען געווען פולע אידן וואס זענען געווען אסימילירט וואס האבן זיך גערופן מתיוונים און די נס פון די מנורה איז געווען אזא סארט אויסערגעווענליכער וואונדליכער נס וואס דאס האט געברענגט צו דעם אז פולע אידן האבן זיך צוריקגעקערט צום פרומען וועג, און נאכמאל געקומען מאסנסווייז מקריב זיין קרבנות אין בית המקדש, ממילא איז עס געווען ווי א ווידערבאנייונג פון דעם אידישן פאלק און איר גלויבן.
 
== רמזים ==
 
דער רמב"ן אויף די תורה אנהייב פרשת בהעלותך ברענגט פון א מדרש אז השי"ת האט געזאגט פאר משה ער זאל זאגן צו אהרן אז די מצוה פון חנוכה וועט אייביג זיין, אפילו ווען מען וועט נישט קענען מקריב זיין קרבנות ווייל די בית המקדש וועט זיין חרוב, אבער חנוכה ליכט ווען מען צינדן אפילו אין גלות.
 
אין מדרש רבה שטייט (במדב"ר פי"ג) אז אין דעם טאג איז פארטיג געווארן דאס בויען די משכן אין מדבר, אבער השי"ת האט געווארט ביז ראש חודש ניסן מען זאל אויפשטעלן די ערשטע מאל דאס משכן, האט זיך דער חודש געשעמט, האט איהם השי"ת באצאלט אז אין צווייטן בית המקדש איז געווארן א יום טוב דערין.
 
== דער נאמען ==
 
איבער דעם נאמען '''חנוכה''' איז פארהאן פארשידענע ערקלערונגן <small>טעמים</small> און [[רמז|רמזים]] אין די [[ראשונים]], און אויך שפעטער אין די אחרונים.
 
* פון וועגען '''חינוך הבית''', די חשמונאים האבען צוגעגרייט דעם [[בית המקדש]] מען זאל דארט קענען ווידער טון די [[עבודה]]. וויבאלד די יוונים האבן האבן מטמא געווען דעם [[בית המקדש]] מיט אלע אירע [[כלים]], און ווען די חשמונאים האבן זיי געזיגט האבן זיי אלעס צוריק געריינגט <ref>שבלי הלקט סי'קע"ד</ref>.
 
* פון וועגען '''חנוכת המזבח''', די חשמונאים האבען צו-ווארפן דעם אלטן [[מזבח]] און אויפגבויעט א נייעם, וויבאלד די יוונים האבען זיך באניצט מיט דעם אלטן מזבח פאר די [[עבודה זרה]] איז עס געווארן פארבאטן <small>אסור</small> <ref>אור זרוע ח"ב ס' שכ"א</ref>.
 
* '''חנוכה''' איז די [[אות]]יות '''חנו כ"ה''', זיי האבן גערוהט פינף און צוואנציג טאג אין חודש [[כסליו]].<ref>מחזור ויטרי סי רל"ט, הפרדס עמ' רמג, ארחות חיים הל' חנוכה, טור סי' תר"ע</ref>
: די קריג האט געענדיגט דעם פיר און צוואנציגסטן טאג, און די חשמונאים האבן גערוהט דעם פינף און צוואנציגסטן פון זייער קריג <ref>לבוש תר"ע</ref>.
: די חשמונאים האבן גערוהט דעם פינף און צוואנציגסטן פון זייער פראבלעמן <ref>מהר"ן שפירא</ref>.
: די חשמונאים האבן גערוהט פון זייער פיינד. <ref>שו"ע הרב</ref>
* '''חנוכה''' איז ראשי תיבות '''ח''''ית '''נ''''רות '''ו''''הלכה '''כ''''בית '''ה''''לל, אז די הלכה בלייבט ווי [[בית הלל]] וואס האלטן אז מען זאל צינדן אכט ליכטלעך ביים סוף, מען זאל זיין מוסיף והולך <ref>אבודרהם הל' חנוכה</ref>.
 
 
== דער סדר פון אנצינדן חנוכה ליכט ==
 
די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט איז פון ווען עס גייט אונטער די זון, ביז מענטשן הערן זיך אויף דרייען אין דער גאס (משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק), ווייל נאכדעם איז שוין נישט דא קיין פרסומי ניסא. דער עיקר מצוה איז אנצוצינדן יעדן טאג איין ליכטל, אבער כדי צו מאכן א צווישענשייד צווישן די טעג האלטן די בית שמאי אז מען צינד אהן דעם ערשטן טעג אכט ליכט דעם צווייטן טאג זיבן דעם דריטן טעג זעקס ביז צום לעצטן טאג צינד מען איינס, די בית הלל האלטן פארקערט דעם ערשטען טאג איינס דעם צווייטן טעג צוויי, דעם לעצטן טאג אלע אכט ליכטלעך.
 
=== אין שטוב ===
דער בעל הבית צינד אן פאר אלע שטוב מענטשן, מען לייגט אריין שמן זית עס זאל קענען ברענען א האלבע שעה, מען פירט זיך בדרך כלל אז מען שטעלט די מנורה קעגן איבער דער [[מזוזה]] כדי עס זאל זיין די ליכט אויף דער לינקער זייט און די מזוזה אויף דער רעכטער זייט (של"ה), חוץ אויב מען וואוינט אויף א שטאק האבן א טייל דעם מנהג לייגט מען עס ביים פענסטער וואס מען קען פון דארט זעהן די גאס, אויב האט מען מורא פון גוים אדער פון א סכנה איז גענוג עס צו לייגן אויפן טיש אין הויז, אין ארץ ישראל פירן זיך אסאך אז מען לייגט עס אין א גלאזערנעם קאסטן אויף דער גאס פאר פרסומי ניסא.
 
מען טאר זיך נישט באניצן מיט די ליכט פאר אן אנדער זאך עס איז בלויז פאר זען די ליכט, דעריבער לייגט מען צו צו יעדער מנורה נאך א ליכט וואס דאס הייסט א שמש, וואס דערמיט באניצט מען זיך פאר אנדערע זאכן ווי למשל פאר אנצינדן די חנוכה ליכט, דער מהרי"ל האט דאס שמש ליכט געלייגט העכער פון דער גאנצער מנורה.
 
דעם ערשטן נאכט מאכט מען דריי ברכות. להלדיק, שעשה נסים, שהחיינו, די אנדערע טעג מאכט מען בלויז צוויי: להדליק און שעשה נסים. דער נוסח פון די ברכה איז להדליק נר חנוכה, עס איז אנדערש ווי דער נוסח פון ליכט צינדן שבת להדליק נר "של" שבת, ווייל די ליכט פון חנוכה טאר מען זיך דערמיט נישט באניצן עס איז בלויז פאר די מצוה פון חנוכה דאס הייסט להדליק נר חנכה דאס איז ליכט פון חנוכה, אבער די ליכט פון שבת איז דירעקט געמאכט עס זאל זיין ליכטיג אין שטוב מען זאל זיך יא דערמיט באנוצען דעריבער מאכט מען "של" שבת דאס איז ליכט פאר שבת (ברכי יוסף להחיד"א).
 
דאָס זאָגט מען ווען מען צינדט אָן די ליכט: (דער אריגינעלער נוסח שטייט אין [[מסכת סופרים]]<ref>פרק כ' הלכה ו'</ref> און עס ווערט דערמאנט אין רא"ש (מסכת שבת פ"ב):<br />
 
KERRANG!
הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ אָֽנוּ מַדְלִיקִין.
עַל הַנִּסִּים וְעַל הַתְּשׁוּעוֹת וְעַל הַנִּפְלָאוֹת וְעַל הַנֶּחָמוֹת.
שֶׁעָשִיתָ לַאֲבוֹתֵינוּ. בַּיָּמִים הָהֵם. בַּזְּמַן הַזֶּה.
עַל יְדֵי כֹּהֲנֶיךָ הַקְּדוֹשִׁים.
וְכָל־שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה. הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ קֹֽדֶשׁ הֵן.
וְאֵין לָנוּ רְשׁוּת לְהִשְׁתַּמֵּשׁ בָּהֵן. אֶלָּא לִרְאוֹתָן בִּלְבַּד.
כְּדֵי לְהוֹדוֹת לִשְׁמֶךָ עַל נִסֶּיךָ וְעַל יְשֽׁוּעָתֶךָ וְעַל נִפְלְאוֹתֶיךָ׃
 
=== אין שול ===
ס'איז אן אלטער מנהג צו צינדן חנוכה ליכט (מיט די ברכות) אין דער שול יעדן אוונט פאר [[מעריב]]; מען שטעלט די מנורה אין דער דרום זייט, זכר למקדש.<ref>שולחן ערוך, אורח חיים, '''תרעא''':ז</ref> ערב שבת צינדט מען פאר שבת, און [[שבתע־נאכט]] צינדט מען ביים סוף פון מעריב נאך [[קדיש]] תתקבל.
 
ווען מען צינדט אין דער שול לייגט מען די [[מנורה]] פון צפון אויף דרום, מען הייבט אהן צו צינדן ביי די רעכטע זייט פון דער מנורה, כאטש עס ווערט דערמאנט אין (מהרי"ל) מען זאל אנהייבן ביי דער לינקער זייט.
 
== היינט ==
 
היינט ווערט חנוכה געפייערט דורך יעדן איינעם אפילו דורך אידן וואס א גאנץ יאהר האבן זיי נישט קיין גרויסע שייכות צו דער תורה.
 
 
== חנוכה פירונגען ==
[[טעקע:Latkes.jpg|thumb|left|פאנטשקעס]]
אום חנוכה קומען זיך משפחות צוזאם און מען פראוועט סעודות, מען עסט פרישע לאטקעס און מען זינגט חנוכה לידער. עס איז אן איינגעפירטער מנהג אז מען שפילט [[דריידל]]. ס'איז אויך געווארן א מנהג לעצטן'ס צו עסן [[פאנטשקעס]] (לאַטקעס) חנוכה.
 
אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס, צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז [[יהודית]] האט געגעבן צו עסן פאר [[האליפורני]] קעז און מילך, און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף איהם (כלבו, רמ"א שו"ע או"ח).
 
{{אפראמען}}
 
== רעפערענצן ==
<references/>
 
{{קאמאנסקאט|Hanukkah|חנוכה}}
{{אפראמען}}
{{ייִדישע חגים}}
{{תרי"ג מצוות}}
{{שבע}}
 
[[קאַטעגאָריע:חנוכה]]
 
[[en:Hanukkah]]
[[he:חנוכה]]
[[de:Chanukka]]
[[ar:حانوكا]]
[[ba:Ханука]]
[[bg:Ханука]]
[[bs:Hanuka]]
[[ca:Hanukkà]]
[[ceb:Ḥanuka]]
[[cs:Chanuka]]
[[da:Chanukka]]
[[eo:Ĥanuka]]
[[es:Jánuca]]
[[fa:حنوکا]]
[[fi:Hanukka]]
[[fr:Hanoucca]]
[[gl:Hanuka]]
[[hi:हनुका]]
[[hr:Hanuka]]
[[hu:Hanukka]]
[[id:Hari raya Pentahbisan]]
[[it:Chanukkà]]
[[ja:ハヌカー]]
[[ka:ხანუქა]]
[[ko:하누카]]
[[la:Encaenia]]
[[lad:Hanukka]]
[[lv:Hanuka]]
[[ml:ഹാനക്ക]]
[[ms:Hanukkah]]
[[nl:Chanoeka]]
[[nn:Hanukká]]
[[no:Hanukka]]
[[oc:Khanuca]]
[[pl:Chanuka]]
[[pt:Chanucá]]
[[ro:Hanuka]]
[[ru:Ханука]]
[[simple:Hanukkah]]
[[sk:Chanuka]]
[[sr:Ханука]]
[[sv:Chanukka]]
[[tl:Pista ng Pagtatalaga]]
[[tr:Hanuka]]
[[uk:Ханука]]
[[vi:Hanukkah]]
[[zh:光明节]]
[[zh-yue:修殿節]]