אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 39:
דער חיד"א דערמאנט אסאך אין זיינע ספרים אז ער האט דאס געשריבן "בקונטרסים", ב"זכרונות". דאס איז וויבאלד דער סדר פון חיד"א איז געווען ער האט שטענדיג געשריבן חידושים, אמאל אויף הלכה, אמאל אויף הגדה, אמאל אויף קבלה אמאל דרוש, איין חידוש נאכן אנדערען, און דערנאך האט ער צוזאמען גענומען, די הלכה עקסטער די אגדה עקטסער, דעריבער הערשט אסאך מאל א צומישעניש צווישן זיינע ספרים, ער איז מאריך אויף איין פלאץ און מקצר אויף א צווייטער פלאץ, און אזוי ארום איז געווארן זיינע חיבורים אויף הלכה [[ברכי יוסף]] [[מחזיק ברכה]] [[שיורי ברכה]]. (זעה מחזיק ברכה או"ח סי' מ"ו אות ה'). און אזוי שרייבט ער אויך אין [[פתח עינים]] (סוטה ד"ל) מכאן מודעה שבכמה מאמרים דמכילתין ומסכתות אחרות כתבתי בעניותי והנם רשומים ומפוזרים בין לקוטי, ולא עצרתי כח לסדר ולבררם ואפילו מה שאני רומז בקוטרסיי אפילו הנדפסים הוא מאשר ולא כל אשר, והכל לפי השעה והזמן. אויך שפעטער און די השמטות פונעם פתח עינים ד"ק שרייבט ער לא בקשתי אפת"ח האי פתחא על הסדר, הן מאמר אחר מאמר ומסכתא אחר מסתכא בסדר הזה, רק הרשום בכתב מאשר קריתי לי פסקי פסקי הן מוקדם ומאוחר וכו' ואכתי פשו ענינים מינים ממינים מבלתי יכולת הסדר דבר.
 
דערמיט קען מען פארשטיין ווען מען קוקט אין זיינע ספרים זעהט מען אז נאך דעם וואס ער ברענגט אראפ א ראשון פון כתב יד, שרייבט ער גראד דערנאך פירושים און גימטריאות, דרוש, און גלייך דערנאך בדרך סוד. אסאך מאל זעהט מען בכלל נישט דער המשך, לויטן סדר וואלט מען ווען געדארפט שטעלן עקסטער די גימטריאיות, עקסטער די דרושים, עקסטער דעם פלפול, עקסטער די חלקי הלכה, עקסטער די חלקי הערות אויף אנדערע ספרים, אבער אין די ספרים פון חיד"א איז עס אסאך געמישט ווי מען זעהט אין די ספרים [[פני דוד]] [[חדרי בטן]] און נאך. דאס איז ווייל ער האט דאס געשריבן איינס נאך איינס און גלייך געדרוקט, און וועגן דעם זענען אסאך פון זיינע ספרים די זעלבע נאר אין עקסטער בענדער, ווי מען זעהט דער [[עין זוכר]] איז די זעלבע ווי [[מדבר קדמות]] .
 
 
== אינטערעסאנטע זאכן וועגן זיינע ספרים ==
 
דער חיד"א האט כמעט נישט קיין הקדמות אויף קיין איינס פון זיינע ספרים, טאמער יא איז עס בלויז אפאר קורצע מליצות. חוץ צוויי פון זיינע ספרים וואס האבן יא דאס זענען [[שער יוסף]], און [[ברכי יוסף]]. אויף א פלאץ שרייבט ער "ולא רציתי הסכמת החכמים" (מעגל טוב ע 66).
 
דער חיד"א האט מסדר געווען די נעמען פון זיינע ספרים לויטן סדר פון א-ב, ער האט ספרים אויף אלע אל"ף בי"ת. ער אליין האט געשריבן א שריפט ווי עס ווערט אויסגערעכנט די ספרים.
 
מען זעהט אויך אז ער האט געהאט א ענין צו געבן א נאמען זיינע ספרים לויט די גלידער פון א מענטש, ער האט נעמען זיינע ספרים לויט אלע גלידער, ווי [[ראש דוד]] דאס קאפ. [[פס ידא]] די הענט. [[ברכי יוסף]] די קניען. [[שמחת הרגל]] די פיס. א. א. וו.
 
== דרוקן און צושפרייטן זיינע ספרים ==