אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 35:
פארנדיג פון מצרים קיין תוניס האט ער געשריבן שארפזיניגע חידושים פון זיין ספר [[ראש דוד]] פון פרשת ויקרא ביז פרשת אמור (מעגל טוב ע' 54), איינמאהל בשעת א מגפה אין מצרים האט ער גאר מחדש געווען שארפע חידושים אויף רמב"ם הל' סוטה (געדרוקט אין [[חיים שאל]] ח"ב סי' ה'). איינמאהל זייענדיג נישט געזונט ער האט נישט געקענט דאווענען נישט לערענן אבער געשריבן חידושים האט ער דעמאלטס אויך (ספר החיד"א ע' צ'), עס איז דא כתבים ווי ער פארצייכנט "כל מקום שתמצא כזה הוא שאני כותב בחבלי שינה והיד כותבת הבלים", דאס הייסט אפילו אינמיטן שלאף האט זיך זיין היינט געשאקלט און געשריבן חידושים (שם).
 
דער חיד"א דערמאנט אסאך אין זיינע ספרים אז ער האט דאס געשריבן "בקונטרסים", ב"זכרונות". דאס איז וויבאלד דער סדר פון חיד"א איז געווען ער האט שטענדיג געשריבן חידושים, אמאל אויף הלכה, אמאל אויף הגדה, אמאל אויף קבלה אמאל דרוש, איין חידוש נאכן אנדערען, און דערנאך האט ער צוזאמען גענומען, די הלכה עקסטער די אגדה עקטסער, דעריבער הערשט אסאך מאל א צומישעניש צווישן זיינע ספרים, ער איז מאריך אויף איין פלאץ און מקצר אויף א צווייטער פלאץ, און אזוי ארום איז געווארן זיינע חיבורים אויף הלכה [[ברכי יוסף]] [[מחזיק ברכה]] [[שיורי ברכה]]. (זעה מחזיק ברכה או"ח סי' מ"ו אות ה').
 
 
== דרוקן און צושפרייטן זיינע ספרים ==