אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
תיקונים
אין תקציר עריכה
שורה 17:
 
היינט צו טאג געפינט זיך נישט איין אידישער ביבליאטעק אין דער וועלט וואס זאל זיך אין איהר נישט געפונען כתב יד און ספרים וואס דער חיד"א האט דאס נישט געזעהן און אונטערגעשריבן זיין נאמאן.
 
== זיין שטארקע זכרון ==
דער חיד"א האט געהאט גאר א שטארקער כח זכרון, ער האט אלס געדענקט, זאכן וואס ער האט געזעהן פאר פערציג יאהר צוריק האט ער געקענט אראפשרייבן מיטן לשון. אינטעראסאנט וואס ער שרייבט אין שם הגדולים (ערך רבי אליהו כהן) '''איך געדענקט ווען איך געווען א קינד האט איך איהם געהערט דרש'ענען, דעך מו"ה רבי אברהם יצחק דאס איז געווען אין יאהר [[ה'תפ"ט]],''' דער חיד"א איז דאן געווען א קינד פון נישט מער ווי פינעף יאהר !. מיט דעם אלעם האט ער צוליב זיין מדה פון זיך קליין האלטן, עטליכע מאל געשריבן "אני בעוניי שאין זכירה היו מחשיבים אותו לזכרון גדול, הם היו סוברים שקריתי כל הספרים והיה לי זכירה גדולה (מעגל טוב ע' 57).
 
אין זיינע ספרים ווערן געברענגט הונדערטער און טויזענטער מימרות, טייטשען, ביאורים און הערות פון רביים, אין יעדער ספר זיינער געפונען מען גאר אסאך מימרות פון אנדערע וואס ער האט געהערט פון זיי בעל פה, אדער געהערט פון איינעם וואס האט איהם געהערט, אט דאס האט נאך געקענט פאסירן צוליב זיין געוואלד'יגע זכרון.
 
== זיין איידעלער פעדער ==