אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ספרים פון חיד"א"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
 
די ספרים זענען אריבער בירושה צו זיין זוהן רבי [[רפאל ישעיה אזולאי]]. און דערנאך צו זיין אייניקעל [[משה אזולאי]]. אויך זענען אסאך ספרים אריבער צו זיין איינקיעל [[נסים זרחיה ב"ר אברהם אזולאי]].
 
 
== זיינע קענטעניסן ==
 
== זיין וויסענשאפט אין היסטאריע ==
 
== כתבי ידות ==
שורה 28 ⟵ 23:
 
== זיין סגנון אין שרייבן ==
 
דער חיד"א האט געשריבן אויסטערליש שנעל
 
ער האט אלעס אראפגעשריבן.
 
ער האט געשריבן אין יעדן צייט און מצב.
 
פארענדיג פון מצרים קיין תוניס האט ער געשריבן שארפזיניגע חידושים פון זיין ספר [[ראש דוד]] פון פרשת ויקרא ביז פרשת אמור (מעגל טוב ע' 54), איינמאהל בשעת א מגפה אין מצרים האט ער גאר מחדש געווען שארפע חידושים אויף רמב"ם הל' סוטה (געדרוקט אין [[חיים שאל]] ח"ב סי' ה'). איינמאהל זייענדיג נישט געזונט ער האט נישט געקענט דאווענען נישט לערענן אבער געשריבן חידושים האט ער דעמאלטס אויך (ספר החיד"א ע' צ'), עס איז דא כתבים ווי ער פארצייכנט "כל מקום שתמצא כזה הוא שאני כותב בחבלי שינה והיד כותבת הבלים", דאס הייסט אפילו אינמיטן שלאף האט זיך זיין היינט געשאקלט און געשריבן חידושים (שם).
 
 
 
== דרוקען און צושפערייטן זיינע ספרים ==
 
אזוי ווי דער חיד"א האט נישט געוואלט ווערן קיין רב אין קיין שום שטאט, האט ער זיך געשפייזט פון פארקויפן זיינע ספרים, וואס זענען געווען גאר אסאך. ער האט געהאלטן כסדר ביים דרוקן נייע ספרים, ער האט זיי צושפרייט און מען האט איהם דערפאר באצאלהט. אויך האט ער געקויפט און פארקויפט אלטע ספרים. אויך פון האט ער געמאכט א פראצענט פון די געלטער וואס ער האט צוזאם געקליבן פאר ארימעלייט פון ארץ ישראל, אויך זענען געווען אסאך רייכע לייט און סתם אידן וואס האבן איהם כסדר געגעבן געלד, זיי האבן געהאלטן אז אויב דער חיד"א וועט נעמען פון זיי וועלן זיי האבן הצלחה אין זייער פרנסה.