אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גלויבן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
א ביסל מסדר געווען
שורה 18:
* ווערט באנוצט אין טאג טעגליכן געשפרעך אלס אויסדרוק פאר '''רעליגיע''', וויבאלד יעדע רעליגיע שטעלט פאָר זיין אייגענעם גלויבן (פעלט א מקור).
 
דאס ווארט '''גלייבן''' ווערט באנוצט אין טאג טעגליכן געשפרעך נישט דירעקט און פארבינדונג מיט גלויבן:
 
* ווערט באנוצט אין טאג טעגליכן געשפרעך נישט דירעקט און פארבינדונג מיט גלויבן, צ. ב. ש. ווען א מענטש שטעלט זיך פאָר איבער א געוויסע זאך וויאזוי ס'וועט זיין, ''(ענגליש - asume)'', ווערט אויסגעדרוקט "איך '''גלייב''' ס'וועט זיין אזוי". צ.ב.ש. א מענטש וואס איז געפארען שנעל און א [[פאליציי]] האט עם אפגעשטעלט, גלייבט ער אז ער וועט ווארשיינלעך באקומען א [[רעפּאָרט]], ווייל ער שטעלט זיך אזוי פאָר.
 
* ווען א מענטש פארטרויט זיך אויף אן אנדערען, ''(העברעאיש - בטחון, ענגליש faith)'', ווערט אויסגעדרוקט "איך '''גלייב''' אין דעם אנדערען".
 
* אויך ווען דער מענטש פארטרויט אן אנדערן, ''(ענגליש trust)'', ווערט אויסגעדרוקט "איך '''גלייב''' דעם אנדערען", אדער "דער אנדערער איז ביי מיר באגלייבט". צ.ב.ש. א [[מעטרעאלאג]] זאגט מארגן גייט זיין קאלט, "גלייבט" מען אז ס'וועט זיין אזוי ווייל מען האט פארטרויען אין זיינע בארעכענונגן.
 
== זאכען וואס מאכען גלייבן ==
 
אזאך וואס מ'האט געהערט פין א צווייטען מענטש וואס מ'גלייבט ווערט אנגעריפען גלייבן<ref>ספר העקרים מאמר ראשון פי"ט</ref>
 
צום ביישפיל, א מענטש "ווייסט" יעצט איז קאלט ווייל ער פילט דורך די [[חושים]]. - א [[וועטער מומחה]] זאגט מארגן גייט זיין קאלט, "גלייבט" דער מענטש דאס ווייל דאס איז לאגיק צו גלייבען.
 
אזוי אויך יעדע זאך וואס מען נעמט אן אפילו מ'האט זיך (נאך) נישט איבערצייגט דודך די [[חושים]] ווערט אנגעריפען גלייבן. למשל, א מענטש וואס איז געפארען שנעל און א פאליציאנט האט עם אפגעשטעלט, ווער ער האלטן אז לכאורה גייט ער באקריגן א רעפּאָרט. דאס רופֿט זיך אויך איך גלייב ער וועט מיר געבן א רעפארט.
 
אויך ווערט א מענטש דיקטירט דורך [[אינסטינקט]], וואס מ'קומט אן דורך דעם צום [[אמת]], אבער א סאך מאל איז דאס נאר א [[געפיל]].
 
אויך איז דא אז א מענטש נעמט אן א פאקט אן קײַן שום לאגיק, נאר דורך ווייל ער וויל אזוי צוליב א פארשטענדלעכע סיבה. למשל, א סאך מאל וועט א מאמע נישט גלייבן אז איר קינד איז א פארברעכער.
 
א זאך וואס איז אנגענומען ביי א סאך פארשײדענע מענשטען א לאנגע צייט (און ספעציעל אויב עס איז אנגענומען אויך ביי מענשטן מיט א סאך לאגיק), איז געווענטליך דיקטירט דורך לאגיק אדער אינסטינקט, אין נישט דורך אינערליכע געפילען אליין.
 
א סך מאל האט מען זיך איבערצייגט אז געוויסע זאכן וואס מ'האט נישט געװוּסט דורך די חושים אז איז אמת, האט מען נאכדעם דורך [[פיזיק]] און [[וויסנשאפט]] געזען אז עס איז אמת. דאס שטארקט די מיינוג: אז עס איז דא מער ווי די חושים קענען איבערצייגן. אויך האט מען געזען אז זאכן וואס מ'האט געגלייבט אז עס איז אמת, האט מען נאכדעם געזען אז עס איז נישט.
 
== גלייבן דורך היסטאריע ==