אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "גלויבן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 44:
== גלייבן דורך היסטאריע ==
 
איינע פין די [[יסוד]]ות פין די אידישע אמונה אין [[תורה שבכתב]] אין [[תורה שבעל פה]] איז ווייל די פאלק [[ישראל]] האט אליין מקבל געווען די [[עשרת הדיברות]] ביים בארג סיני; אין געזען [[משה רבינו]] איז א [[נביא]] פין באשעפער. - משה רבינו האט אויך געזאגט לא תסור מן הדבר אשר יוריך ימין ושמאל<ref>דברים יז יא</ref>, ד.ה. אז מ'דארף פאלגען די [[ערליכע]] אנגענימענע [[גדולי ישראל]] וואס פאלגען די תורה שבכתב; אזוי איז געווארען תורה שבעל פה.
 
אין יאר ב'תקמ"ח<ref>רש"י וגמרא מס' ע"ז ט ע"א</ref> איז די פאלק ישראל געשטאנען ביי בארג [[סיני]]<ref>שמות יט יז</ref> אין זיי האבען געהערט אין געזען ב[[חוש]] די קול פין גאט<ref> שמות יט ט -שמות יט יט - שמות כ טז-יז-יט </ref>. די קול איז ארויסגעקימען פין צווישען א גרויסע [[פייער]], [[רויך]], [[וואלקן]], [[דינערן]] אין [[בליצן]]<ref>שמות כ טו - דברים ד טו - לג</ref> אין די גאנצע בארג האט שטארק געציטערט. די פאלק איז געשטאנען לעבן בארג, דער באשעפער האט געריפען [[משה רבינו]] אין משה איז ארויף אויפן בארג<ref>שמות יט טז-כ</ref>.