אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעקסטאגיקע מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 6:
== די אורזאכן צו דער מלחמה ==
דער קריג האט אויסגעפלאצט אלס די געשפאנקייט וואס האט געהערשט צווישן ישראל מיט די [[אראבער|אראבישע]] מדינות בכלל און סיריע בפרט וועגן דער קריג אויף די וואסער־קוואלן פונעם [[טייך ירדן]]. אויך איז דער קריג אנטוויקלט געווארן נאך וואס [[נאסער]] (פרעזידענט פון [[מצרים]]) האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין [[סיני]] און פארשיקט פון דארט די [[יו ען]] כדי צו אנשרעקן [[ישראל]].
 
== די יארדאנישע פראנט ==
ישראל האט פרובירט, אין די צייט איידער דעם קריג, צו באיינפלוסן [[כוסיין]] קעניג פון יארדאניע, נישט אריסצוגיין אין א קריג, קעגן ישראל, געהיימע געשפרעכן זענען אפגעהאלטן געווארן צווישן דער קעניג, און ישראל דיפלאמאטן. ווי מען האט קלארגעשטעלט פארן קעניג, אז ישראל האט נישט קיין אינטערעס צו אטאקירן יארדאניע, אבער אויב יארדאניע וועט אנפאנגען, וועט ישראל ארויס אין א קריג, וואס וועט זיין זייער אומאנגענעם.
 
אבער די 5טע יוני, האט עגיפטן געמאלדן אין אירע מעדיע, אז איר מיליטער מאכט פארשריט, און זענען שוין אין ישראל זעלבסט, דאס האט צוגעברענגט אז יארדאניע, זאל אנפאנגען א קאמף פון איר זייט, וואס איז בעיקר באשטאנען פון באמבאדירונגען, אין [[ירושלים]], [[לאטראן]] געגנט, און רמת דוד פליפעלד, א מיליטערישע פליפעלד. ישראל האט אטאקירט די [[מערב ברעג]], און מערסנטייל גאר שנעל איינגענומען די שטעט און געגנטער, אין ירושלימע אומגעגנט, זענען געווען שווערע קאמפן, ווי די אמוניציע בארג, אין דריי טעג, איז די גאנצע מערב ברעג, געווען ביי ישראל אין די הענט.
 
== די סירישע פראנט ==