אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זעקסטאגיקע מלחמה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 6:
== די אורזאכן צו דער מלחמה ==
דער קריג האט אויסגעפלאצט אלס די געשפאנקייט וואס האט געהערשט צווישן ישראל מיט די [[אראבער|אראבישע]] מדינות בכלל און סיריע בפרט וועגן דער קריג אויף די וואסער־קוואלן פונעם [[טייך ירדן]]. אויך איז דער קריג אנטוויקלט געווארן נאך וואס [[נאסער]] (פרעזידענט פון [[מצרים]]) האט אריינגעשיקט גרויסע מיליטער־גרופעס אין [[סיני]] און פארשיקט פון דארט די [[יו ען]] כדי צו אנשרעקן [[ישראל]].
 
== דער ווארטן פעריאד ==
איידער ישראל האט באשלאסן, ארויסצוגיין אין א קריג, איז [[אבא אבן]], ישראלס אויסערן מיניסטער, געפארן צו די וועלטס לענדער, צו קריגן א דיפלאמאטישן ענטפער, צום קריזיס, [[פראנקרייך]] איז געווען פאררעכנט אלס ישראלס נאנסטער פריינט, און דערפאר איז אבן אהין געפארן, זיך איבעררעדן מיט [[שארל דע גאל]], דע גאל האט געווארנט אבן, אויב ישראל וועט אנפאנגען דעם קריג. דערנאך איז אבן געפארן קיין [[ענגלאנד]], און קיין [[אמעריקע]], וואו ער האט זיך געטראפן מיט [[לינדאן זשאנסאן]], דער [[פרעזידענט]] פון די [[פאראייניגטע שטאטן]].
 
לוי אשכול, האט געהאלטן א רעדע פארן פאלק, אויף דעם ראדיא, זיין ראטגעבער האט פאראכטן גרייזן אויפן פאפיר, און אשכול איז צומישט געווארן, נישט פארשטייענדיק וואס ער האט געליינט, און ער האט געשטאלפערט אינמיטן דער רעדע, די פאלק איז געווארן פיל מיט אנגסט און שרעק, זענדיק אז דער פרעמיער אליינס איז דערשראקן, מענטשן האבן מורא געהאט, אז דאס איז נאך א חורבן, און די רבנים האבן מקדש געווען בתי עלמין, מיט א חשבון פון צענדליקע טויזנטער טויטע.
 
דעמאלט האט דאס פאלק פארלאנגט פון אשכול א פאראייניגטע רעגירונג, פון אלע פארטייען, [[מנחם בעגין]], איז געווארן א מיניסטער, און זיין פארטיי, איז אריין צום ערשטע מאל אין די קאאליציע.
 
== די יארדאנישע פראנט ==