אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "באַניצער רעדן:יוסל"

:ס'איז באקאנט די ווערטער פון חז"ל אין מסכת חגיגה י"ג ע"א "במופלא ממך אל תדרוש, ובמכוסה ממך אל תחקור, במה שהורשית התבונן, אין לך עסק בנסתרות", דער רמב"ם אין ספר מורה נבוכים אין ח"א פל"ב איז מסביר זייער קלאר, אז צו ערקלערן אמונה און מציאת השם דורך משלים איז א פארקרימטע וועג, און אויף דעם זאגן די חז"ל "במופלא ממך וכו'", אין דאס איז וואס האט געשאד פאר אלישע אחר, און ער פירט אויס דעם פרק בלשון קדשו''' "והעסק בזה מזיק מאד כמו שביארנו, ועל זה כוונו באמרם וכו' כל שלא חס על כבוד קונו רתוי לו שלא בא לעולם <small>חגיגה י"א ע"ב</small>, רמז למה שביארנוהו, שלא יהרוס האדם לעיין בדמיונות המופסדים וכו'"'''
:בנוגע לעניני, מיט דעם פולען רעספעקט פאר די שעה'ן ארבייט וואס איר האט אריין געלייגט אין דעם ארטיקל, איז מיין פערזענליכע מיינונג, אויף נישט אריין צוגיין אין קיין וויכוחים וואס איז ריכטיג וואס איז נישט, דאס גאנצע שרייבן אייער'ס צוריק צונעמען, '''וכשם שקבלת שכר על הדרישה כך תקבל שכר על הפרישה''' <small>זעט פסחים כ"ב ע"ב</small>.--[[באַניצער:יוסל|יוסל]] 14:15, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)
 
3 סיבה'ס פארוואס איך שרייב וועגען דעם.
 
1) ווייל די ארטיקעל האט זיך אנגעהויבען (פין א אנדערען שרייבער): אז אמונה איז נישט לאגיק נאר אינערליכע געפילען. לענ"ד איז דאס שקר, אויך בזיון פאר השם ותורתו.
 
2) פין די אלע מיליאנען וועב-סייטס (אויך אין די יודישע ווקפדיה) זעט מען אסאך כפירה, מען באשרייבט אלע גליובענס אין ע"ז. אויך אנדערע נישט שיינע ענינים. פארוואס מעג נישט זיין ערגעץ בארשיבען די אנדערע זייט (די אמונה) אויך.
 
איך רעדט נישט דא צי ישיבה בחורים, איך רעדט דא צי מענשטען וואס הערן אלע צדדים, ס'מעג זיין אבסיעל אינזערע צד אויך
 
3) איך ברענג בעיקר פסוקי תורה, אין אויך פין מקומות נגליים, ד.מ. נישט במופלא ממך אל תדרוש. רוב ענינים וואס איך ברענג שטייט אין אסאך חסידישע אין מוסר ספרים וואס יעדער לערענט. (חוץ דע פרק "גלייבען דורך לאגיק".
 
איך בין נישט מסביר "מהותו" של השי"ת דורך משלים ח"ו, איך בין נאר מסביר אז עס איז דא א באשעפער וואס האט באשאפען אין פירט די וועלט; דורך מסביר זיין אז די זעלבע לאגיק וואס די מענשט ניצט ביי אלע אנדערע זאכען, זאל ער ניצען ביי דת אויך.
 
איך האב אבסיעל ארום געטוישט, ביטע זאג מיר דיין מיינוג, אויב ס'שטארקט אמונה, אדער ח"ו פארקערט.--[[באַניצער:לייבל1|לייבל1]] 19:03, 25 נאוועמבער 2009 (UTC)
446

רעדאקטירונגען