אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אגרא דכלה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
== דער מחבר ==
 
רבי '''[[צבי אלימלך שפירא]]''' זצ"ל איז געבוירן אין יאר [[ה'תקמ"ג]] <small>(אומגעפער)</small>, און איז נפטר געווארן [[י"ח טבת]] [[ה'תר"א]]. זיין פאטער איז געווען רבי פסח לאנגזאם, מ'האט אים גערופן רבי פסח יאווארניקער, זיין מוטער רחל מינא איז געווען א ניכטשע פון רבי [[אלימלך פון ליזשענסק]]. רבי הערש מיילך איז געווען רב אין צען פארשידענע שטעט: [[דינאוו]], [[ריבאטוטש]], [[סטריזשעוו]], [[לאנצהוט]], [[קאלאמיעאקאלאמיי]], [[האלאשיץ]], [[בערטש]], [[דזשילבערץ]], [[דיבעצקדובעצק]], [[מונקאטש]], נאכהער צוריק אין דינאוו.
 
דער מחבר שרייבט אין אנהייב פון דעם ספר '''אגרא דכלה''' "און איך האב אנגעהויבן צו פארשרייבן די רייד אויף א ספר [[דאנערשטאג]]<ref>מצמי"ח ישוע"ה לפ"ק ל"ב בינ"ה ודע"ת לפ"ק</ref> אין יאר [[ה'תקע"ט]]" , (ער איז דעמאלס אלט געווען זעקס און דרייסיג יאר), ווי ס'ווייזט אויס האט ער געשריבן דעם ספר אסאך יארן, אין פרשת [[כי תשא]] דערמאנט ער "איך האב געהערט פון מיין מחותן רבי [[צבי הירש אייכנשטיין|צבי הירש זצוק"ל]]", וואס דאס איז געווען דער [[עטרת צבי]] פון [[זידיטשוב]] וועלכער איז נפטר דעווארן אין יאר [[ה'תקצ"א]].
 
רבי הערש מיילך האט געשריבן אסאך ספרים, אויסער דעם ספר '''אגרא דכלה''' איז נאך באקאנט:
[[אגרא דפרקא]], [[אזהרות מהרצ"א]], [[בני יששכר]], [[ברכה משולשת]], [[דברים נחמדים]], [[דרך עדותיך(דינאוו)|דרך עדותיך]], [[דרך פקודיך]], הגהות והוספות מהרצ"א, [[פירוש הר"א מגרמיזא|הגהות מהרצ"א]], הלכות ותקנות, [[והיה ברכה]], חדושי בני יששכר, [[חדושי מהרצ"א]], טעמי המצות, [[כלי הרואים]], [[לקוטי מהרצ"א]], [[מגיד תעלומה]], [[מעין גנים]], [[חכמת הנפש (קדמון)|נחל אמונים]], סדר הקרבנות, [[רגל ישרה]], [[ריח דודאים]], תקנות תמכין דאורייתא
 
== אינהאלט ==