אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עזרא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: es:Ezra געענדערט: tr:Üzeyir
מ באט צוגעלייגט: ja:エズラ; קאסמעטישע ענדערונגען
שורה 1:
'''עזרא''' איז געווען א מנהיג פונעם יידישן פאלק וואס איז צוריקגעקומען פון [[גלות בבל]] אין [[ארץ ישראל]] אויפצובויען דעם צווייטן [[בית המקדש]], בערך אין יאר [[ג'ש]]. ער איז געווען א מיוחס'דיגער [[כהן]].
 
דער פערזישער מלך [[ארתחשסתא]] האט געגעבן עזרא רשות צו פירן די יידן צוריק אין ארץ ישראל, אבער ווייניג יידן זענען געקומען מיט אים. פון די לוויים איז כמעט קיינער נישט געקומען. ווען עזרא איז אנגעקומען איז ער געווויער געווארן אז די יידן אין ארץ ישראל זענען געווארן אסימילירט צווישן די גויים, און אסאך פון זיי האבן חתונה געהאט מיט גויאישע ווייבער. ער האט זיי געמאכט אלע שווערן אז זיי וועלן [[גט]]'ן די פרעמדע ווייבער.
 
עזרא האט איינגעפירט:
* אז מען זאל שרייבן א [[ספר תורה]] אין [[כתב אשורי]].
* אז מען זאל רופן די [[חדשים]] מיט די [[בבל]]ישע נעמען ניסן, אייר, א.א.וו. אנשטאט די אלטע נעמען (אביב, זיו, ירח איתנים, בול).
 
עזרא הסופר איז געשטארבן [[ט' טבת]].
שורה 11:
[[יוסיפון]] שרייבט אין [[קדמוניות היהודים]] אז עזרא ליגט באגראבן אין [[ירושלים]]. אבער ס'איז פארהאן א מסורה אז עזרא ליגט אין [[באסרא]] איו בבל (היינט איז דאס [[איראק]]). במשך הונדערטע יארן פלעגן יידן גיין אויך זיין ציון.
 
== תקנות עזרא ==
 
די [[גמרא]] ([[מסכת ברכות|ברכות]] כ"ב:; ו[[מסכת בבא קמא|בבא קמא]] פ"ב.) ברענגט צען תקנות וואס עזרא האט מתקן געווען:
 
# מ'זאל ליינען די [[תורה]] יעדן מאנטאג און דאנערשטאג (בכדי ס'זאל נישט זיין דריי טעג איינס נאך אנאנד אן תורה, ווי אויך שבת צו [[מנחה]] (פאר די וואס האבן פארפעלט דאס תורה ליינען אינמיטן דער וואך.
# מ'זאל ליינען די [[תוכחה]] פאר שבועות (פרשת [[בחקתי]]) און פאר [[ראש השנה]] (פרשת [[כי תבא]]) ווייל „תכלה שנה וקללותיה" (מגילה לא:).
# די [[בית דין|בתי דינים]] זאלן זיצן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג (די זענען געווען די מארק טעג).
# מ'זאל וואשן די קליידער דאנערשטאג (כדי צו האבן צייט פרייטאג פאר די אנדערע הכנות אויף שבת).
# עסן [[קנאבל]] פרייטאג צונאכט.
# די ווייבער זאלן פריש ברויט יעדן אינדערפרי.
# די ווייבער זאלן גיין אנגעטון אונטערקליידער (וועגן [[צניעות]]).
שורה 26:
# א [[בעל קרי]] טאר נישט לערנען תורה ביז ער טובל'ט זיך ([[טבילת עזרא]]).
 
== זע אויך ==
* [[ספר עזרא]]
 
[[קאַטעגאָריע:כהנים]]
שורה 46:
[[hr:Ezra]]
[[it:Esdra (Bibbia)]]
[[ja:エズラ]]
[[lt:Ezra]]
[[no:Esra]]
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/עזרא"