אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 9:
==צעטיילונג פון סאטמאר==
 
יארן לאנג איז ר' משה פרידמאן געווען א נאנטער ידיד מיט רבי [[אהרן טייטלבוים]] וואס האט אויך געהאלטן מיט זיין שיטה, אז מ'דארף האבען א שטארקע חסידות, אין אז מ'קעןמעג ניצע אגרעסיווע מיטלען. דאס האט אים אויך געברענגט מתנגדים אין דער סאטמארער קהלה, בפרט אין [[קרית יואל]] וואו ער איז געווען רב.
 
שפעטער האבן זיך די צוויי מענשטן צעקריגט, אין אונטער דער השפעה פון משה פרידמאן, איז רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]], געברענגט געווארן אין יאר 1999-תשנ"ט דורך זיין פאטער, דער [[ברך משה]], צו דינען אלס רב פאר דער [[וויליאמסבורג]]ער קהילה. דער אקט איז געווען אנגענומען דורך רבי [[אהרן טייטלבוים]] און זיינע נאכפאלגער אלס אן פרואוו צו צונעמען דאס סאטמארער רבנות און אונטערצוברענגען די מאכטפולע השפעה פון ר' אהרן, וועלכער האט זיך געזען אלס דער רעכטער יורש פון דער סאטמארער אימפעריע. דאס האט צוגעברענגט צו אן עפישער קריגעריי איבער דעם עתיד פון [[סאטמאר|סאטמארער]] קהלה און איר פירערשאפט. רוב מענשטן וואס זענען געווען קעגן ר' משה אין ר' אהרן שליט"א, זענען אריבערגעגאנגן צו ר' זלמן לייב, ווייל ער איז געווען מער א צוריקגעצויגענר און א שטארקער שטיצער פאר שלום.