אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה פרידמאן (גבאי)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 3:
 
== פירער פון סאטמאר ==
אלס בחור האט ער געלערנט אין דער סאטמארער ישיבה אויף סאנז סטריט אין [[ברוקלין]], ווי ער איז געווען נאנט באפריינדעט מיט [[אליעזר קעסטענבוים]] און [[ברוך מרדכי אקערמאן]], היינט באקאנט אלץ פרידמאנ'ס וויכטיגע שטיצערס. ר' משה איז אויפגעוואקסען מיט די מיינוג אז מ'דארף נימעןנעמען אן אגרעסיוו וועג ווען עס קימט צי פארטיידיגן די סאטמערע אינטערעסען. עס ווערט דערציילט אז ער האט אריינגעווארפן א [[פארווערטס]] טראק אין איסט ריווער ווייל עס האט געשריבן נעגעטיווע באשרייבנוגען אויף סאטמאר.
 
אלץ גאר א אינגער יונגערמאן אין עלטער פון עטליכע צוואנציג יאר, האט אים דער [[סאטמאר|סאטמארער]] רבי אויסגעקליבן אלס גבאי. צוליב זיין נאנטקייט צום [[סאטמאר|סאטמארער]] רבי האט ער באקומען א מאכטפולע השפעה אויפ'ן אלוועלטליכן [[סאטמאר|סאטמארער]] [[חסידות]]. מיט דער צייט האבן זיך געשאפן קעגן אים פילע קעגנערס וואס האבן געטענה'ט אז ער פירט אן די קהלה מיט א שטייפע האנט, און באנוצט זיך מיט בייזוויליגע מעטאדן אויף איינצופירן זיין ווילן. ער האט איבערגעלעבט א אטענטאט אויף זיין לעבן ווען ער איז געווארן איבערגעפארן מיט א קאר געפירט דורך [[אייזיק לעפקאוויטש]], אין וועלכן ער איז קריטיש פארוואונדעט געווארן.