אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם מרדכי אלטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
משפחה
שורה 12:
 
בשעת ווען ער איז נפטר איז נישט געווען מעגליך צוצוקומען צום בית עולם אויף [[הר הזיתים]] צוליב די מלחמה וואס האט געהערשט צווישן ישראל און די אראבישע לענדער. האט מען עם באגראבן אין א קבר אין דעם חצר פֿון דער ישיבה „שפת אמת" אין [[ירושלים]], ווו ער ליגט ביז צום הײַנטיקן טאג.
 
 
== תקנות==
שורה 18 ⟵ 17:
ווען הר"ר אברהם מרדכי איז געווארן רבי האט ער אײַנגעפֿירט אין זײַן בית המדרש אין גער צו דאווענען שחרית שבת אינדערפרי 7.30. דאס איז געווען א גרויסער חידוש—אין די יארן פון די פריערדיגע רבי'ס פלעג מען לערנען שעה'ן לאנג אלס הכנה צום דאווענען, און הערשט אנגעהויבן שחרית אסאך שפעטער. ער האט אויך אײַנגעפירט א שעה הפסקה ביים שבת'דיגן דאווענען, סיי פרייטאג צונאכט (פאר [[כגוונא]]), סיי שבת אינדערפרי (פאר [[קריאת התורה]]), כדי מ'זאל זיצן און לערנען.
 
== משפחה ==
 
רבי אברהם מרדכי האט חתונה געהאט בזיווג ראשון מיט חיה ראדא טשארני (שחור) פון [[ביאלא]]. זייערע קינדער זענען:
* הרב '''מאיר אלטער''' (ה' ניסן תרמ"ג - ת"ש (אומגעפער))
* מרת '''פייגא''' (כ"ד תשרי תרמ"ה - כ"ד תשרי תרפ"ד), דאס ווייב פון הרב יצחק מאיר אלטער (א זון פון רבי משה בצלאל אלטער)
* הרב '''יצחק אלטער''' (פסח תרמ"ח - י"ז מרחשון תרצ"ה)
* מרת '''אסתר''' (סיון תרמ"ט - י"ח ניסן תש"ג), דאס ווייב פון רבי פישל היינא
* מרת '''דבורה מאטיל''' (י"א טבת תרנ"ב - כ' תמוז תשמ"א), דאס ווייב פון רבי [[יצחק מאיר לעווין]]
* רבי '''[[ישראל אלטער]]''' (כ"ד תשרי תרנ"ה - ב' אדר תשל"ז), דער "בית ישראל" פון [[גער]]
* רבי '''[[שמחה בונם אלטער]]''' (כ"ג ניסן תרנ"ח - ז' תמוז תשנ"ב), דער "לב שמחה" פון גער
* מרת '''בריינדל''' (אומגעקומען אין [[חורבן אייראפע]]), דאס ווייב פון רבי שלמה יאסקאוויטש
== זײַנע תורות ==
דער רבי האט געשריבן אסאך תורה אבער איז רובא דרובא פֿארלוירן געגאנגען אין די קריג יארן. נאך זײַן פטירה האט זײַנס אן אייניקל געדרוקט די איבערגעבליבענע תורות אין א סעריע [[ספר]]ים וואס הייסן „אמרי אמת". זײַט דעמאלסט רופֿט מען דעם גערער רבי'ן ר' אברהם מרדכי מיטן נאמען „אמרי אמת".