אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אגרא דכלה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
תיקונים
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:AgradekalaL.jpg|קליין|225px|דער שער בלאט פון ספר אגרא דכלדכלה, ערשטער דרוק]]
[[טעקע:AgradekalaN.jpg|קליין|225px|דער שער בלאט פון ספר אגרא דכלה מיט דעם ביאור הצבי והצדק]]
'''אגרא דכלה''' איז א חסידיש ספר געשריבן געווארן דורך רבי [[צבי אלימלך שפירא]] זצ"ל, רב אין [[דינאוו]] באקאנט אלס דער '''[[בני יששכר]]'''
שורה 14:
== אינהאלט ==
 
דער ספר '''אגרא דכלה''' איז געשריבן געווארן לויט דעם סדר פון די פרשיות, נאר די ערשטע דריי פרשיות זענען שיין צוזאמען געשטעלט <small>מסודר</small> לויט דעם ארדער פון די פסוקים, [[רש"י]], [[תרגום]], [[מדרש רבה]], [[תנחומא]], [[שאילתות]], אין אויך א פירוש אויף דעם [[מגלה עמוקות]] מיט דעם נאמען '''בארות עמוקים''', די דריי פרשיות פארנעמען באלד א העלפט פון גאנצן ספר. דער מחבר שרייבט אין דער הקדמה מערסטענס פון די ווערטער האט ער געזאגט שבת ביי זיינע טישן, זיין אייניקל [[צבי אלימלך שפירא (בלאזשאוו)|דער בלאזשאווער רב]] שרייבט אין א [[תשובה]] אין זיין ספר [[צבי לצדיק]] סי' י"ג, אז די ווערטער וואס זענען געשריבן אין '''אגרא דכלה''' האט דער מחבר געזאגט [[שבת]] ביים טיש צו דערוועקן יידישע הערצער.
 
== אויסגאבעס ==
 
נאך דער פטירה פון מחבר, האט רבי ישעיה דוד שפירא, א זון פון רבי משולם זושא שפירא, דער עלצטער זון פון מחבר, געפאדערט אז דער רעכט צו דרוקן דעם זיידנ'ס כתבים געהערט אים, נאכדעם וואס מען האט געזעצט א בי"ד פון דריי רבנים איז ארויס דער פסק אז מען זאל אים איבערבעטן מיט געלט און אז דער כתב יד פון דעם ספר '''אגרא דכלה''', וואס איז געווען ביי רבי [[שמואל שפירא]], א זון פון מחבר, געהערט צו רבי ישעיה דוד. אין יאר ה'תרכ"ו האט רבי ישעיה דוד איבערגעגעבן דעם כתב יד צו רבי [[מאיר משולם שפירא]] פון [[לאנצהוט]], נאכהער האטאון ער האט דאס נאכהער פארקויפט צו רבי אברהם ניסן זיס, וועלכער האט זוכה געווען ענדליך ארויס צוגעבן דאס ספר.