אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמיל פיסארא"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
מ
[[בילד:Camille Pissarro 040.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל -פּיסאַראָ]]: זעלבסט פארטרעטפּאַרטרעט]]
 
'''קאַמיל פּיסאַראָ''' ([[פֿראַנצױזיש]]: ''Camille Pissarro''; דעם [[10טן יולי]] [[1830]] - [[13טן נאָװעמבער]] [[1903]]) איז געװען אַ פּראָמינענטער [[פראנקרייך|פֿראַנצױזישער]] [[קינסטלער]], אײנער פֿון די גרינדער און אױסגעהאַלטענע פֿאָרשטײער פֿונעם [[אימפּרעסיאניזםאימפרעסיאניזם|אימפּרעסיאָניסט]]ישן נוסח אין [[מאלעריי|מאָלערײַ]].
 
ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפֿן קאַריבישן אינדזל סענט-תּומאַס, דעמאָלט אין רשות פֿון [[דענמאַרק]] (איצטער - בתולה-אינדזלען, [[פֿאַראײניקטע שטאַטן]]), אין דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר פֿון ספֿרדיש-[[ייִד]]ישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין [[פֿראַנקרײַך]].
 
אין זײַנע בילדער[[בילד]]ער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן[[לאַנדשאַפֿט]]ן (אָפֿטמאָל מיט געשטאַלטן פֿון די
פּױערים[[פּױער]]ים, װאָס האָרעװען אױף די פֿעלדער). האָט ער אױך געשאַפֿן מאָלערישע אימאַזשן פֿון [[פּאַריז]]ער בולװאַרן[[בולװאַר]]ן.
 
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט [[פּאָל סעזאַן]] (''Paul Cézanne''), [[פּאָל גאָגען]] (''Paul Gauguin''), [[עדגאַר דעגאַ]] (''Edgar Degas''), [[קלאָד מאָנײ,]] (''Claude Monet''), [[קאַמיל קאָראָ]] (''Camille Corot'') און אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשטײער פֿון דער קינסטלערישער סביבה.
 
ער איז געװען דער אײנציקער קינסטלער, װעלכער האָט אָנטײלגענומען אין יעדער אײנער פֿון די אַכט אימפּרעסיאָניסטישע אױסשטעלונגען, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די יאָרן 1874-1886.
אין די שפּעטערע יאָרן פֿון זײַן לעבן, האָט ער אױך עקספּערימענטירט אױפֿן געביט פֿון נעאָ-אימפּרעסיאָניזם און אױסגענוצט די טעכניק פֿון "פּואַנטיליזם" (''Pointillisme'') אין זײַנע װערק.
 
קאַמיל פּיסאַראָ איז נפֿטר געװאָרן אין 1903 אין [[פּאַריז]]. צו קבורה האָט מען אים געבראַכט אױפֿן "פּער-לאַשעז"-[[צװינטערצווינטער]].
 
[[בילד:Pissarro.gardenatpont.750pix.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל פּיסאַראָ]]: דער גאָרטן אין פּאָנטואַז (1877)]]
 
 
[[בילד:Camille Pissarro 007.jpg|קליין|[[קאמיל פיסארא|קאַמיל פּיסאַראָ]]: בולװאַר "מאָנמאַרטר" אין [[פּאַריז]] (1897)]]
 
 
== וועבלינקען==
{{קאמאנסקאט|Camille Pissarro|קאמיל פיסארא}}
{{-}}
{{גרונטסארטיר:פיסארא, קאמיל}}
[[קאַטעגאָריע:מאלערס]]
 
{{ביא-שטומף}}
 
[[en:Camille Pissarro]]
161

רעדאקטירונגען