אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קאמיל פיסארא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
בילדער
מאין תקציר עריכה
שורה 5:
ער איז געבױרן געװאָרן אין דער שטאָט שאַרלאָטע-אַמאַליִע, אױפֿן קאַריבישן אינדזל סענט-תּומאַס, דעמאָלט אין רשות פֿון [[דענמאַרק]] (איצטער - בתולה-אינדזלען, [[פֿאַראײניקטע שטאַטן]]), אין דער משפּחה פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן סוחר פֿון ספֿרדיש-[[ייִד]]ישן אָפּשטאַם. זינט 1855 האָט ער שטענדיק געלעבט אין [[פֿראַנקרײַך]].
 
אין זײַנע בילדער האָט פּיסאַראָ, בדרך-כלל, געשילדערט דאָרפֿישע לאַנדשאַפֿטן (אָפֿטמאָל מיט דיגעשטאַלטן פֿון די
פּױערים, װאָס האָרעװען אױף די פֿעלדער). האָט ער אױך געשאַפֿן מאָלערישע אימאַזשן פֿון [[פּאַריז]]ער בולװאַרן.
 
פּיסאַראָ האָט זיך געחברט אָדער איז באַקאַנט געװען מיט פּאָל סעזאַן, פּאָל גאָגען, עדגאַר דעגאַ, קלאָד מאָנײ, קאַמיל קאָראָ און אַנדערע אָנגעזעענע פֿאָרשטײער פֿון דער קינסטלערישער סביבה.