אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ארטיקל (גראמאטיק)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: ka:არტიკლი
מ באט צוגעלייגט: li:Lidwoord; שינויים קוסמטיים
שורה 1:
ווען מ'ווייסט פון וועלכן אביעקט מען רעדט, ניצט מען א געוויסיקער ארטיקל (דער, די, דאס, דעם); אנדערש ניצט מען אן אומגעוויסיקער ארטיקל (אַ, אַן), אבער נאר אין איינצאל—אין מערצאל האט יידיש נישט קיין אומגעוויסיקער ארטיקל.
 
== דערקלער־טאַבעלע - אַרטיקלען ==
*אין [[מערצאל]] (לשון רבים) זאגט מען אלעמאל '''די''', סיי אויב דער סובסטאנטיוו האט דאס [[מענלעכער מין]], [[ווייבלעכער מין]] אדער [[נייטראלער מין]]. אבער אין [[לשון יחיד]] ווענדט זיך עס אין וועלכע טייל געפינט זיך דאס [[זאכווארט]].
 
און אין [[איינצאל]] (לשון יחיד) ווי פאלגנדיק:
* נארמאל אויב דאס [[זאכווארט]] געפינט זיך אין דער אנהייב פון דעם זאַץ, קומט '''דער''' פארן מענלעכן מין, '''די''' פארן ווייבלעכן מין און '''דאס''' פאר'ן נייטראלן מין. (דער מאן, די פרוי, דאס קינד), און דאס הייסט "נאָמינאַטיוו".
* אויב קומט דאס ווארט באשרייבן "וועמען", דאן קומט '''דעם''' אין א מענלעכע פארם (איך נעם דעם מאן), '''די''' אין א ווייבלעכער פארם (איך נעם די פרוי) '''דאס''' אין א נייטראלער פארם (איך נעם דאס קינד). און דאס הייסט "אַקוזאַטיוו".
 
* אויב קומט דאס זאכווארט מיט א שייכות צו א פריעריקן ווארט, ווי צום ביישפיל: מיט, צו, אונטער, אויף אדג"ל, קומט '''דעם''' אין מענלעכן מין, '''דער''' אין א ווייבלעכן מין און '''דעם''' אין נייטראלן מין. (איך גיי מיט דעם (מיטן) מאן, איך גיי צו דער מאמע, איך גיי אונטער דעם (אונטערן) קינד).
שורה 48:
* '''דעם''' גאַנצ'''ן''' (אַקוזאַטיװ) זומער האָבן מיר פֿאַרבראַכט אין צפֿון פֿון לאַנד
* איך האָב געזען משה'''ן''' (אַקוזאַטיװ) אין גאַס.
* '''די''' (נאָמינאַטיוו) ײדישע װיקיפעדיע איז זײער רײַך, קום ביטע באַזוכן '''דער''' (דאַטיוו) יידישער װיקיפּעדיע?
* די מאַמע טוט אָן '''דעם''' קינד '''דאָס''' מאַנטעלע. (ביידע אַקוזאַטיװ)
* ער שיקט (צו) '''דער''' (דאַטיװ) כלה אַ בוקעט בלומען.
שורה 68:
* העלפֿן
 
== איבערבליק פון פעלער ==
 
=== נאָמינאַטיווער (ערשטער) פֿאַל ===
דער '''נאָמינאַטיווער פֿאַל''' אָדער '''נאָמינאַטיוו''' איז דער פֿאַל פֿונעם סוביעקט פֿונעם זאַץ (דאָס הייסט פֿון דעם "טוער"), צום בײַשפּיל: '''דער מענטש''' איז געגאַנגען, '''די טיר''' איז אָפֿן, '''דאָס קינד''' האָט געוויינט. אאַז"וו.
 
=== אַקוזאַטיווער (צווייטער) פֿאַל ===
דער '''אַקוזאַטיווער פֿאַל''' אָדער '''אַקוזאַטיוו''' איז ווען מען באַניצט זיך מיט א הויפטווארט דירעקט נאך א צייטווארט. צ.ב.ש. דער מענטש האט אויפגעהויבן '''דעם טיש''', די מאַמע האט געעפֿנט '''די טיר'''. דער רבי האט געגלעט '''דאָס קינד'''. א.א.וו.
 
=== דאַטיווער (דריטער) פֿאַל ===
דער '''דאַטיווער פֿאַל''' אָדער '''דאַטיוו''' איז ווען דאָס הויפטווארט ווערט באנוצט אלץ א זאך וואס באקומט עפעס. צ.ב.ש. דער טאַטע האט געגעבן פאר '''דעם אינגל''' א צוקערל. די באלעבאסטע האט דערלאנגט '''דער דינסט''' דעם בעזים. די מאַמע האט אנגעטון '''דעם קינד''' די שיך.
 
== כללים פון ארטיקלען אין דער יידישער שפראך ==
=== יוצאים מן הכלל וואס באקומען ניט ארטיקלען ===
* נעמען פון פערזאנען קומען אָן ארטיקלען, משה און ניט דער משה, סיידן מען ניצט אן אדיעקיוו ווי דער רויטער משה.
* נעמען פון שטעט קומען אָן ארטיקלען, ירושלים און ניט דער ירושלים, סיידן מען ניצט אן אדיעקיוו ווי דער שיינער ירושלים. אבער נעמען פון בערג און טייכן קומט יא מיט אן ארטיקל: דער חרמון, דער ירדן פליסט.
* נעמען פון לענדער קומען אפטמאל אן דעם ארטיקל. למשל, אין ענגלאנד, אין ישראל. אבער א לאנד וואס געהערט צום ווייבלעכן מין מוז האבן דעם ארטיקל נאך "אין", למשל: אין דער שווייץ, אין דער ליטע.
* גאט, משיח, יידן אדג"ל קומען א סך מאל אן ארטיקלען. סיידן מען ניצט אן אדיעקיוו ווי דער אלמעכטיקער גאט.
שורה 91:
רוב לשון-קודש װערטער, געהערן צום מענלעכן מין. דוגמאות: דער שבת, דער טעות, דער יום-טובֿ, דער פּורים, דער חודש, דער סך-הכּל, דער נס, דער פּרוכת, דער טלית, דער ביקור-חולים. י
העברעישע ווערטער וואס ענדיקן זיך מיט א „ה" געהערן צו לשון נקבה. ווי צב"ש די עליה , די מלחמה , די חכמה, די חיה, די נבואה, אדג"ל.
לשון קודש ווערטער וועלכע באציען זיך צו א ווייבערישן מין, ווי פרויען און חיות, זיינען אין אלגעמיין לשון נקבה. ווי צב"ש: די צדיקת.
שורה 97:
רוב לשון-קודש ווערטער וואס לאזן אויס „-ות" זענען לשון סתם: דאָס אַחדות, דאָס אחריות, דאס גלות, דאס חיות, דאס חסידות.
 
== בײַשפילן פֿון סובסטאנטיוון ==
{{הויפט ארטיקל|סובסטאנטיוו}}
דער איד, דער ארטיקל, דער טיש, דער שליסל, די בעט, די האנט, די וויקיפעדיע, די טיר, די קאטעגאריע, די ראזשינקע, די שטאט, די שפראך, דאס בוך, דאס ברויט, דאס הויז, דאס ווארט, דאס לאנד, דאס עסן.
שורה 127:
[[ja:冠詞]]
[[ka:არტიკლი]]
[[li:Lidwoord]]
[[lt:Artikelis]]
[[mk:Член (граматика)]]