אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:שרייבן און סטיל אנווייזונגען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
ווי אין אנדערע וויקיס איז דאס דער וויכטיגסטער נקודה
שורה 2:
'''װיקיפּעדיע'ס שרייבן און סטיל אנווייזונגען''', איז אַ שטיקעלע וועגווייזער פון די סטייל פון וויקיפעדיעס מנהגים פֿאַר אירע אַרטיקלען וואס אירע באנוצער טוען זיך פירן.
 
דער דאזיגער בלאט איז זיך מצמצם צו אנווייזן בלויז '''וויקיפעדיע''' שרייבעריי, פאר כללית אידיש גראמאטיק, זעהט דעם בלאט [[וויקיפעדיע:ווערטערבוך]] דא וועט אייך אבער דינען כללית'דיג דאס הייסט אפילו איר זענט נישט קיין שרייבער, אדער איר זענט נישט קיין עקספערט און אידיש, אדער איין סיי וועלכער ספעציעלער ענין איר טוט ביישטייערן דא, אויב וועט איר זיך אבער האלטן צו די וויקיפעדיע שרייבן סטייל פון דעם בלאט וועלען אייערע ארטיקלן זיין ווערד און געלונגען.
 
== זיך האלטן צו איין סטיל ==
וויבאלד שרייבן איז אנדערשט ווי רעדן, וואס מ'קען נישט נוצן דערביי די הענט, פנים, און ניגון צו מסביר זיין וואס די ווערטער באדייטן, ברויך מען זיך האלטן גאר שטרענג צו כללים כדי די ווערטער, טינט, פינגערקלאפעריי זאלן נישט זיין להבל ולריק.
 
עס איז טאקע ביטער שווער צו שרייבן, ווער רעדט נאך פון זיך צו האלטן צו כללים, אבער עס לוינט דאס צו חזר'ן און איינבאקן ווייל דאס געשריבענע ווארט טראגט אסאך מער געוויכט און ווערט ווי א געזאגטע ווארט. דער עיקר פאקטאר צו נעמען אין באטראכט ביי אלע כללים איז צו רעספעקטירן דעם ליינער. איר זאלט זיך אריינלייגן און זיין מצב און אזוי ארום זעהן וויאזוי קען מען אים פאנגן, און איינמאל מען האט אים, זאל מען אים נישט פארלירן, ער זאל זיך אנשטרענגן צו ליינען אייערע ווערטער?
 
דעריבער זאל מען נישט טוישן אינמיטן א ארטיקל דעם וועג פון שרייבן. אויב האט מען אנגעהויבן רעדן בלשון יחיד נישט גיין אפילו איינמאל צו א לשון רבים, אדער אויב מען נוצט איין וועג פון נוסח, שפראך, אויסלייג, פֿאנט, גראמאטיק, זאל מען זיך האלטן דערצו בעקשנות דערצו דורכאויס, ווייל דער ליינער זאל ווי ווייניגער זייטיגע זאכן באדערן און עגבערן פון אייער שריפט, כדי ער זאל זיך הונדערט פארצענט נאר קימערן מיטן תוכן און נישט מיטן סגנון.
דער דאזיגער בלאט איז זיך מצמצם צו אנווייזן בלויז '''וויקיפעדיע''' שרייבעריי, פאר כללית אידיש גראמאטיק, זעהט דעם בלאט [[וויקיפעדיע:ווערטערבוך]] דא וועט אייך אבער דינען כללית'דיג דאס הייסט אפילו איר זענט נישט קיין שרייבער, אדער איר זענט נישט קיין עקספערט און אידיש, אדער איין סיי וועלכער ספעציעלער ענין איר טוט ביישטייערן דא, אויב וועט איר זיך אבער האלטן צו די וויקיפעדיע שרייבן סטייל פון דעם בלאט וועלען אייערע ארטיקלן זיין ווערד און געלונגען.
 
== 5 זייטן: ווען, ווי, ווער, וואס, און פארוואס. ==
שורה 54 ⟵ 57:
 
נישט אלעס קען אריינפירן אין צווייטען, אבער עס מוז זיין מסודר מיט א סדר דאס קלענערע נאכן גרעסערן אז נישט ווערט מען צעמישט און מען צעטראסקעט די אויפאסונג פונעם ליינער.
 
== זיך האלטן צו איין סטיל ==
נישט טוישן אינמיטן א ארטיקל דעם וועג פון שרייבן. אויב האט מען אנגעהויבן רעדן בלשון יחיד נישט גיין אפילו איינמאל צו א לשון רבים, אדער אויב מען נוצט איין וועג פון נוסח, שפראך, אויסלייג, פֿאנט, גראמאטיק, זאל מען זיך האלטן דערצו בעקשנות דערצו דורכאויס, ווייל דער ליינער זאל ווי ווייניגער זייטיגע זאכן באדערן און עגבערן פון אייער שריפט, כדי ער זאל זיך הונדערט פארצענט נאר קימערן מיטן תוכן און נישט מיטן סגנון.
 
== צולייגן א דערציילונג ==