אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ליובאַוויטש"

מ
באט צוגעלייגט: fa:خبد; שינויים קוסמטיים
מ (באט צוגעלייגט: fa:خبد; שינויים קוסמטיים)
[[בילדטעקע:Baal hatania.jpg|left|thumb|250px|דער [[בעל התניא]], - דער ערשטער רבי פון חב"ד.]]
 
'''ליובאוויטש'''ער חסידות שטאמט פון דעם שטעטל ליובאוויטש אין [[ווייס-רוסלאנד]] (היינט [[בעלארוס]]), עס איז א צווייג פון [[חב"ד]], וואס איז ראשי תיבות ח'כמה ב'ינה ד'עת, א טערמין פון [[קבלה]].
חב"ד חסידים שטאמען פון [[רוסלאַנד]], דאס חב"ד [[חסידות]] איז נתייסד געווארן דורך ר' [[שניאור זלמן מליאדי]], דער פערפאסער פון [[ספר התניא]], באקאנט ביי חב"ד חסידים אלץ "דער אלטער רבי". זיי לערנען תורת חסידות חב"ד וואס איז געשריבן און געזאגט געווארן דורכן בעל התניא און זיינע נאכפארלגער די [[אדמו"ר]]ים פון ליובאוויטש, [[קאפוסט]] א.ד.ג. זיי האבן שטארקע [[אמונה]] אין דער [[אויבערשטער]] און אין א [[רבי]]. און קאכן זיך אין לערנען און מאכען וואס מער שיעורי תורה איבער דער גאנצער וועלט סיי שיעורים אין דעם טייל פון תורה וואס רופט זיך אן "[[תורת הנגלה|נגלה דתורה]]" (דאס הייסט, [[תנ"ך]] און [[ש"ס]], און דאס גלייך), און סיי שיעורים אין דעם אנדערן טייל - "[[תורת הנסתר|נסתר דתורה]]" (דאס הייסט, [[קבלה]] און [[חסידות]]), ספעציעל ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם ספר תניא און אנדערע ספרים פון זייערע [[אדמו"ר]]ים.
 
== חבד שליח ==
[[בילדטעקע:Shlochim.jpg|left|thumb|250px|טויזנטער פון די "[[חב"ד שלוחים]]" חב"ד אין א בילד לעבן דער צענטראלער ליובאוויטשער [[שול]] אין [[ברוקלין]] ]]
א '''שליח''' איז א נאמען פון א [[ליובאוויטשער]] חסיד וואס פארט ארויס צו לעבן אין א פרעמדער שטאט, צוליב פארשפרייטען אידישקייט צווישען די איינוווינערס. די שלוחים ווערן געשיקט דורך דער [[ליובאוויטשער רבי]]. היינטיקע טעג איז פאראן ארום 4000 שלוחים אין גאנץ וועלט, אין יעדער פארשטיפטע ווינקעל אין דער וועלט ווי עס געפונען זיך אידען.
 
* אלע שלוחים אין דער וועלט
* בילדער פון אלע שלוחים. [http://www.shluchimalbum.com/lowgal/ שלוחים אלבוים]
== 770 בית חיינו ==
770 איסטערן פארקוועי אין [[קרוין הייטס]] איז געווען ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]]ס [[שול]]. זיי רופן דעם אדרעס בית חיינו, ווייל פון דארטן זענען זיי [[יונק]], און די מאדעלן ווערן געבויט איבעראל אין זייער צענטערן.
 
די חסידים וואס טוען אין דעם רופן זיך "שלוחים" (געשיקטע)- דאס הייסט, אז דער רבי האט זיי געשיקט צו דעם פלאץ וואו זיי קומען, אויף צו האנדלען אין די אויבענגעזאגטע טעטיקייטן.
 
== לעצטן רבין'ס שיטות ==
דער לעצטער ליובאוויטשער רבי ר' [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] זצוקלל"ה נבג"מ זי"ע , האט שטענדיק זיך געמישט אין רעגירונג [[פאליסי]] ער פלעגט שרייבן און רעדן צו און פון [[פאליטיק]]. ער פלעגט שטורמען בשעת מלחמות אז מען זאל נישט פארהאנדעלן מיט [[אראבער]] און אז זיי פארשטייען בלויז דעם [[מיליטער|מיליטערישען]] פויסט. באזירט אויף דעם שולחן ערוך חלק אורח חיים סימן שכט האט ער געהאלטען אז צוריק געבען שטחים פון ארץ ישראל איז א סכנה פאר די מיליונען אידן וואס לעבען דארט. זיין מיינונג האט נישט צו טאן געהאט מיט ציונות, נאר מיט פיקוח נפש. עס איז באקאנט זיין [[לאזונג]] פון אף שעל וואס האט שטענדיק געטריבן זיינע חסידים קעגן אלע אזוי גערופענע שלום פאליסיס ביזן היינטיגן טאג. זיינע חסידים זענען געווען די אקטיווע קאמפיינער פאר [[ביבי נתניהו]]'ס געווינס דאס ערשטע מאל.
 
אבער א טייל חסידים גלויבן נאך ווייטער אז ער וויט זיין דער משיח, באזירט אויף די גמרא וועלעכע זאגט אז משיח קען זיין אויך פון די פארשטארבענע. די דאזיגע ווערן אנגערופן "[[משיחיסט]]ן".
 
די הויפט חב"ד ארגאניזאציעס, ווי אויך דאס רוב "חב"ד שלוחים", [[רבנים]] און [[ראשי ישיבות]] האלטן אין איין מלחמה האלטן מיט די וואס מיינען אז ס'איז ריכטיג וועגן דעם צו פובלעצירען, זייער מיינונג איז אז דער ליובאוויטשער רבי האט נישט געוואלט מזאל רעדן וועגען ווער איז משיח נאר וועגן זיך צוגרייטן און מתפלל זיין אויף דעם קומען פון משיח.
 
פילע ארטאדאקסישע זענען שטארק אנטקעגן דעם געדאנק פון גלייבן אין א געשטארבענעם אלס משיח. און זאגן אז ס'איז פארבאטן לויט דער תורה (דוד בערגער, 2001). אנדערע האלטן אבער אז עס איז נישט בניגוד צו די יסודות פון דעם אידישן דת (הרב אהרן סולבייצ'יק, חיים דלפין, 2002). פראפעסער [[אביעזר ראוויצקי]], הויפט פון דער אפטיילונג פון אידישע [[פילאזאפיע]] אין [[העברעאישע אוניווערסיטעט]] און אן ארטאדאקסישער איד, האט געזאגט, "דער תורה פארבאט נישט צו זיין נאריש."
 
 
[[בילדטעקע:Chabad5.jpg|left|thumb|250px|צווי חב"ד חסידים לייגן [[תפילין]] מיט א איד וואס הייסט " תינוק שנשבה"]]
 
אנדערשט ווי די [[ליטווישע]] ארגאניזאציעס ווי [[אש התורה]] און [[אור שמח]] וואס געבן זיך אפ מיט טוישן די [[לעבנסשטייגער]] פון [[משפחות]], האלטן זיי נישט פון דער סיסטעם, נאר זיי [[ליבע]]ן יעדן [[סעקולאר|פרייען]] [[איד]], און זיי [[שמייכל]]ן, און טראגן אים שטענדיג אן צו טאן [[מצוות]], ווייל א [[איד]] איז א [[איד]] נישט קיין חילוק אין וועלכער מצב, און די חיוב פון [[ערבות]] פאלט קיינמאל נישט אוועק פון פרומען איד קעגן סיי וואספארא איד.
די פראבלעמען קומען אבער אויך מיט, אז זייערע פרומע קינדער וואס וואלטן ווען נישט די קירוב אויסגעקוקט ווי פיינע חסידישע איזולירטע פארמאכטע אנדערע חסידישע קרייזן, זענען זיי מער אויפגעקלערט און קענען זיך מער אויס מיט די פרייע וועלט,{{מקור}} אבער זיי לייקענען אז זיי האבן עפעס מער [[אפגעפארענער]]ס ווי סתם [[ליטווישע]] קרייזן וואס רעדן אויך די [[ענגליש]]ע אדער סיי וואסארא [[גוי]]אישער שפראך פון זייערע מדינות.{{מקור}}
 
== אידיש ==
זיי פרובירן צו פערזערווירן די אידישע שפראך. אז יעדע קינד מוז מיטהאלטן די שיחות פון רבין און דאס איז דאך אלעס אויף אידיש דעריבער אפילו זיי זענען רוב בעלי תשובות לערנען זיך זייערע קינדער אידיש אלס אידישע שפראך. אויך זאגן זיי אז דער רבי האט זייער שטארק געהאלטן אז מ'זאל רעדן בלויז אידיש.[http://hydepark.hevre.co.il/topic.asp?topic_id=2193886]
 
# זיי וואשען זיך נישט קיין [[שלוש סעודות]], נאר זענען יוצא מיט [[מזונות]], [[פרוכט|פירות]], און דברי תורה. אויך דאס איז זייער רבי מסביר ווי דאס שטימט מיט די הלכה (לקוטי שיחות חלק כ"א שיחה ב' לפרשת בשלח).
זייערע אדמו"רים זענען די [[בעל התניא]] כ"ק אדמו"ר ר' [[שניאור זלמן נבג"מ]]. זיין זון ,דער מיטעלער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' [[דובער נבג"מ]]. דער [[צמח צדק]], כ"ק אדמו"ר ר' [[מנחם מענדל נבג"מ]], אן אייניקל פון די בעל התניא און אן איידעם פון די מיטעלער רבי, דער רבי מהר"ש, ר' [[שמואל נבג"מ]] א זון פון צ"צ. זיין זון דער רבי [רש"ב, כ"ק אדמו"ר ר' [[שלום דובער נבג"מ]]. זיין זון דער [[ רבי ריי"ץ]] כ"ק אדמו"ר ר' [[יוסף יצחק נבג"מ]]. און זיין איידעם, דער כ"ק אדמו"ר רבי [[מנחם מענדל שניאורסאהן]] דער לעצטער רבי פון ליובאוויטש. פון דעם לעצטען רבי זענען ארויס גיגעבען געווארן מער אלס 60 בענדער פון חידושי תורה אויף ש"ס, רמב"ם, שולחן ערוך און אין ענייני חסידות און קבלה. און אויך 42 בענדער פון מכתבי תורה פון עם, ער האט ג'שם'ט אלס א ריזיגער גאון און צדיק וועלעכער האט מקרב גיווען צענדליקע טויזענטע אידן צו אידישקייט.
 
== דרויסנדע לינקס ==
* [http://chabadlibrary.org/books/ א סאך פון די ליובאוויטשע ספרים ןןאס מ'קען זען אויפ'ן אינטערנעט]
 
== מקורות ==
* [[דוד בערגער]], ''The Rebbe, the Messiah, and the Scandal of Orthodox Indifference'', ליטמאן ביבליאטעק אויף אידישע ציוויליזאציע, 2001
* [[חיים דלפין]], ''Attack on Lubavitch: A Response'', דזואיש ענריטשמענט פרעסס, פעברואר 2002
[[cs:Chabad Lubavič]]
[[es:Jabad-Lubavitch]]
[[fa:خبد]]
[[fi:Chabad-Lubavitch]]
[[fr:Mouvement Loubavitch]]
27,723

רעדאקטירונגען