אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פיליפ ראטה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: el:Φίλιπ Ροθ
מ באט צוגעלייגט: th:ฟิลิป รอธ; שינויים קוסמטיים
שורה 1:
[[בילדטעקע:PhilipRoth.gif|left|thumb|פיליפ ראטה]]
 
'''פיליפ ראטה''' (געבוירן אין יאר 1933) איז אן אידיש-אמעריקאנער פיקציע שרייבער, באקאנט פאר זיינע רעאליסטישע באשרייבונגען וועגן די אמעריקאנער אידישע [[מיטל-קלאס]] געזעלשאפט אין די יארן נאך די [[צווייטע וועלט קריג]]. ער איז היינט דער מערסט באצירטע אמעריקאנער שרייבער, ווערנדיג באלוינט מיט כמעט יעדן ליטערארישן אויסצייכענונג און געפינט זיך אויף מערערע ליסטעס פון בעסטע שרייבערס אין אמעריקע.
 
== קאריערע און מערקווירדיגע ווערק ==
 
ער איז געבוירן אין [[וויקוואהיק]], [[ניו דזערזי]] צו אידישע עלטערן פון [[גאליציע|גאליציאנער]] אפשטאם.
שורה 9:
אלעס צוזאמען האט ראטה געשריבן אכט און צוואנציג בוכער און געווינען פערצן חשובע אויסצייכענונגען. אין 2006 האט דער ''[[ניו יארק טיימס]]'' געבעטן פון עטליכע הונדערט שרייבער, רעדאקטערס, קריטיקירער, און אנדערע ליטערארישע פיגורן אז זיי זאלן געבן זייער מיינונג אויף די בעסטע אמעריקאנע [[ליטערארישע פיקציע]] פון די לעצטע פינף און צוואנציג יאר. ראטה'ס בוכער זענען געווען אנגעצייכנט אויף די מערסטע ענטפערס.
 
=== ערשטע בוכער ===
 
זיינע ערשטע בוכער צו געווינען ברייטע פאפולעריטעט זענען געווען '''''גודביי קאלאמבוס''''' און '''''פארטנוי'ס קמפלעינט'''''. ''גודביי קאלאמבוס'', געדריקט אין 1959, איז א פארזאמלונג פון [[קורצע מעשיות|מעשיות]]. דער קעפל מעשה, ''גודביי קאלאמבוס'', באשרייבט א בחור פון א פרייע אמעריקאנע אידישע משפחה וואס איז אנטציקט מיט א גוי'שע מיידל וואס האט זיך אין אים פאראינטערעסירט, און די פסיכאלאגישע און קולטוראלע פארבינדונגען מיט דעם. נאך א מעשה פארציילט פון א אידיש קינד ביי דער וועכנטליכע עברי שולע וואס האט פיינט געהאט זיין מלמד און אים געלערנט טאנצן. א דריטע מעשה פארציילט פון א חרד'ישע, אלט-מאדישע גרופע אידן וואס עפענען א ישיבה אין א סובורבאנער געגענט, און די "פארגעשריטענע" פרייע אידן ווערן צופלאצט.
שורה 17:
ראטה האט אין זיין צייט באקומען פיל קריטיק פון אזעלכע וואס האבן געהאלטן אז ער מאלט אפ א פאלשע בילד און פארשעמט אמעריקאנער אידנטום, און ער האט זיך געדארפט אסאך פארענטפערן אויף טענות אז ער איז א זעלבסט-פארפיינטעטע איד.
 
=== שפעטערדיגע בוכער ===
 
אויך עטליכע פון זיינע שפעטערדיגע בוכער זענען געווארן גוט באקאנט און געווינען אויסצייכענונגען. '''''אמעריקען פאסטאראל''''', געדריקט אין 1997, האט געווינען א ''פוליצער פרייז'' פאר פיקציע. דער בוך דערציילט פון א פרייע איד פון ניו דזערזי וואס האט געמיינט אז ער לעבט א געמיטן, פערפעקט-אמעריקאנעם לעבן אינאיינעם מיט זיין הערליכע, גוי'אישע פרוי און זיין איינציגע טאכטער, ווען איין שיינעם טאג הייבט זיך אויף די טאכטער און ווערט א ''טעראריסט'' און שטעלט אונטער באמבעס צו פראטעסטירן דער [[וויעטנאם קריג]].
שורה 25:
דער לעצטער בוך זיינער איז '''''עווערימאן''''', געדריקט אין 2006.
 
== דרויסענדע לינקס ==
*[http://www.rothsociety.org/ דער פיליפ ראטה געזעלשאפט]
*[http://www.npr.org/templates/story/story.php?storyId=4865614 אן אינטערוויו מיט ראטה אויף ען-פי-אר]
שורה 59:
[[sh:Philip Roth]]
[[sv:Philip Roth]]
[[th:ฟิลิป รอธ]]
[[tr:Philip Roth]]
[[zh:菲利浦·罗斯]]