אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סמבטיון"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''סמבטיון''' אָדער '''סאַמבאַטיאָן''' אין [[מדרש]] (בראשית רבא פרק י"א) דערציילט (א לעגנעדע), אז די [[עשרת השבטים]] האבן [[גולה]] געווען אויף דער צווייטער זייט פון [[טייך]] [[סאמבאטיאן]], וואס די גאנצע וואך ווארפט זי שטיינער און מען קען נישט אריבער גייןאריבערגיין דער טייך, און נאר [[שבת]] איז דער טייך רוהיג. לויט די לעגנעדע, וועט [[משיח]] זיי אומבריינגעןאָפברענגען פון דארטדארטן ווען ער וועט אויסלייזן [[ייד|כלל ישראל]].
 
דער טײַך הײסט „סמבטיון“ (פֿון וואָרט „שבת“, „סאַבאַט“) און „סנבטיון“. די [[אגדה|אַגדה]] וועגן דאָזיקן טײַך איז פֿאַראַן אין [[מסכט סנהדרין]] ס”ה אין נאָמען פֿון [[תנא]] [[רבי עקיבא|רבי עקיבֿא]]. אָבער די לעגענדע וועגן טײַך איז געווען פֿאַרשפרײט נאָך פֿריער ([[פלאוויוס|פֿלאַוויוס]] אין מלחמות ספֿר ז', פליניוס). וועגן דעם, אַז אין יענער זײַט סמבטיון געפינען זיך די עשרת השבֿטים, איז פֿאַראַן אין [[ירושלמי]] סנהדרין [[פרק]] י' „אחת לפנים מנהר סמבטיון“. שפעטער ווערט די לעגענדע געבראַכט אין דעם [[ספור]] פֿון [[אלדד הדני]].
 
אין די [[שבת זמירות]] „מה יפֿית“ און „יום שבת קודש“ ווערט דערמאָנט דער סמבטיון. אין פֿיל צײַט האָבן פֿאַרשײדענע ייִדישע רײזנדער געפרוּאווט צוצוקומען צום טײַך סמבטיון און צו געפֿינען די עשרת השבֿטים.
 
פרטים בײַ לאַזאַר אין זײַן בוך „עשרת השבֿטים“, אויך אין ערוך השלם פֿון קאהוט (ערך „סמבטיון“).
 
זעט: [[אלדד הדני]] | [[הרי חושך]] | [[עשרת השבטים]]
[[קאַטעגאָריע:טייכן]]
[[קאַטעגאָריע:לעגנעדעס]]