אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "לופטליניע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ פלי געזעלשאפט איז אַריבער צו לופטליניע: מער געניצט
שורה 13:
הויפט לופטליניעס – די זענען די גאר גרויסע לופטליניעס פון וועלכע מען הערט כסדר אין די [[נייעס]]. אלע לופטליניעס אין די קאטעגאריע ברענגן אריין מער ווי א ביליאן דאלאר אין פראפיטן. עס זענען היינט פאראן 12 הויפט עירליינס: [[אלאסקע (פלי געזעלשאפט)|אלאסקע]], [[אמעריקע וועסט]], [[אמעריקן]], [[אמעריקן איגל]], [[אמעריקן טרענס עיר]], [[קאנטינענטל]], [[דעלטא]], [[נארטוועסט]], [[סאוטוועסט]], [[טרענסוואורלד]], [[יונייטעד]] און [[יו-עס עירוועיס]]. די גרעסטע לופטליניעס פארמאגן געווענליך אויך די מערסטע ארבייטער. יונייטעד לופטליניעס פארמאגט נאנט צו 100,000 ארבייטער, אמעריקן האט עטוואס איבער 90,000, און דעלטא פארמאגט ארום 77,000 ארבייטער. אן אויסנאם איז אלאסקע לופטליניעס וועלכע איז פאררעכנט פון די גרעסטע אבער פארמאגט נאר בערך 10,000 ארבייטער.
 
נאציאנאלע לופטליניעס – איין שטאפל ווייניגער ווי די הויפט לופטליניעס זענען די נאציאנאלע לופטליניעס וועלכע פארדינען צווישן 100 מיליאן און 1 ביליאן דאלאר יערליך. די נאציאנאלע לופטליניעס קענען זיין גרויסע לופטליניעס וועלכע טראגן פאסאזשירן נאר דאמעסטיק און טייל פון זיי האבן פלייטס צו געוויסע אינטערנאציאנאלע דעסטינאציעס. א ביישפיל פון נאציאנאלע לופטליניעס זענען: [[אלאוהא]], [[אטלעס עיר]], [[עירטרעןערטרען]], [[עמערי וואורלדווייד]], [[עווערגרין]], [[האוואיען]] און [[מידוועסט עקספרעס]], די לופטליניעס פארמאגן צווישן 2,000 און 4,000 ארבייטער.
 
ראיאנישע לופטליניעס – די סארט לופטליניעס אפערירן אין געוויסע ראיאנען און פילן אָן די לעכער וועלכע די גרויסע לופטליניעס לאזן איבער. לויט די עיר טראנספארט אסאסאציע אוו אמעריקע זענען די ראיאנישע לופטליניעס די שנעלסטע וואקסנדיגע לופטליניעס אין די אינדוסטרי. די אסאסיאציע צעטיילט זיי אין דריי סוב-גרופעס: גרויסע, מיטלגאטיגע, און קליינע. די גרויסע פארדינען צווישן 20 און 100 מיליאן דאלאר פער יאר און טראגן פאסאזשירן מיט פליגער וועלכע קען אויפנעמען העכער 60 פאסאזשירן. די מיטלגאטיגע זענען קליינע לופטליניעס וועלכע פארדינען ווייניגער ווי 20 מיליאן דאלאר פער יאר (אויך נישט שלעכט!) און נוצן נאר קליינע פליגער. די גאר קליינע זענען זייערע פארדינסטן אפילו נישט באקאנט און זיי דינען ווי קאמיוטער ערליינס אין פארשידענע צייטן אויף פארשידענע ראיאנען.
שורה 19:
די לופטליניע אינדוסטריע ארבעט נישט אנדערש ווי אנדערע סערוויס ביזנעסער און פארמאגט פארשידענע סארט קליענטן וועלכע דארפן פארשידענע באדינסט. רוב פאסאזשירן וועלן נוצן די גרעסטע לופטליניעס צו פארן אויף ווייטע פלעצער ווייל זיי האבן די מערסטע פלייטס און די בעסטע סקעדזשועלס. ביזנעס לייט וועלכע פארן צווישן איין שטאט און די אנדערע וועלן געווענליך נוצן ראיאנישע לופטליניעס וועלכע זענען ספעציאליזירט צווישן די צוויי שטעט ווייל אזוי זענען זיי פֿאַרזיכערט אז אלע פֿלייטס וועלן זיין נאן-סטאפ. נאכדעם זענען פאראן א טייל קליענטן וועלכע וועלן נוצן סיי וואספארא לופטליניע אזוי לאנג ווי יענער איז די ביליגסטע.
 
(באמערקונג: די אלע אויבנדערמאנטע ציפערן זענען לויט א געווענליכעגעווענליכן יאר. אין די לעצטע צוויי יאר האבן רוב לופטליניעס געהאט שוואכע פארדינסטן און טייל האבן פארלוירן מיליאנען דאלארן).
 
די גרעסטע לופטליניעס אין אמעריקע זענען אויך די גרעסטע לופטליניעס אין דער וועלט. אמעריקן, יונייטעד, דעלטא, נארטוועסט, און קאנטינענטל זענען די גרעסטע 5פינף. די ערשטע גרעסטע אויסער אמעריקאנער לופטליניעס זענען [[עירער פרענספראנס]], [[בריטיש ערוועיס]], און [[לופטהאנזא]].
 
== אנאטאמיע פון א לופטליניע ==