אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פעדעראלע רעזערוו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 1:
[[בילדטעקע:Federal Reserve.jpg|left|thumb|250px|פעדעראל רעזערוו געביידע אין וואשינגטאן]]
די '''פעדעראלע רעזערוו''' (אדער די פעד ווי מען רופט דאס בקיצור) איז אמעריקע'ס צענטראלע [[באנקירונג]] סיסטעם.
 
שורה 33:
 
 
=== געלטליכע פאליסי ===
 
ווי דערמאנט ווענדט זיך די גאנצע עקאנאמיע איבער די סופליי פון געלט. ווען אינפלאציע איז נידעריג וועלן מענטשן בארגן מער געלט און בויען מער הייזער און קויפ'ן מער פראדוקטן. דאס איז זייער גוט פאר די עקאנאמיע ביז ווילאנג עס איז נישט פאראן צופיל געלט. דאס פאסירט ווען די אינטערעסט ראטעס זענען שוין נידעריג פאר א לאנגע צייט און צופיל געלט דרייט זיך צווישן מענטשן וואס מאכט דאס געלט ווייניגער ווערט. א צווייטע זאך וואס קען פאסירן איז אז מענטשן קויפן שוין צופיל און די פירמעס סופליי ווערט קלענער קעגן דער פארלאנג און פרייזן הייבן אן ארויפגיין. דאס איז זייער פשוט צו פארשטיין ווייל מיט ווייניג פראדוקטן און צופיל געלט אויף די גאס מיינט א גרויסע פארלאנג פאר ווייניג סופליי.
שורה 42:
 
 
=== פינאנציעלע אינסטיטוציע רעגולאטור ===
 
די פעד אפטיילונגן איבער'ן לאנד באטראכטן די אקטיוויטעטן פון אלע בענק און שטעלן די רעגולאציעס וועלכע זיי דארפן אויספאלגן אויב זיי וויל טאן ביזנעס מיט'ן פובליק. יעדעס מאל א באנק קומט אויף מיט נייע געדאנקן וועט די פעד האלטן אן אויג וואספארא אימפאקט דאס וועט האבן אויף די באנק מארקעט. ווען צוויי בענק וועלן זיך פאראייניגן וועט די פעד דאס דארפן באשטעטיגן און וועט דערנאך מעסטן וואספארא אימפאקט דאס האט געמאכט פאר די לאקאלע געמיינדע.
שורה 49:
 
 
=== די רעגירונג'ס באנק ===
די גרעסטע באנק קאסטומער איז די רעגירונג וועלכע האט איר טשעקינג אקאונט ביי די פעד. אלע רעגירונג טראנזאקציעס גייט דורך די פעד וועלכע באטרעפט אין די ווערט פון טריליאנען דאלארן. אלע סעווינגס באנדס, טרעזשורי בילס, און נאטעס וואס ווערט פארקויפט דורך די רעגירונג באלאנגט צו די רעגירונג פעד אקאונטס.
שורה 60:
 
 
=== רעזערוו פארלאנג ===
כדי צו פארמיידן א קעש קריזיס, ווי עס איז אפטמאל פארגעקומען בעפאר די פעד איז געגרינדעט געווארן, האט די פעד איינגעשטעלט א פאליסי אין וועלכע זי פארלאנגט פון אלע בענק צו האלטן א געוויסע פראצענט קעש אין רעזערוו אין פאל מענטשן ווילן ארויסנעמען זייער געלט. דער חשבון איז געוואנדן לויט וויפיל געלט די באנק פארמאגט אין אלע טשעקינג אקאונטס אינאיינעם און די באנק מוז האבן גרייט צווישן 3 און 10 פראצענט מער פון דעם צו יעדע צייט, געוואנדן לויט די רעגולאציעס פון די פעד.
שורה 70:
 
 
=== דיסקאונט ראטע ===
די ראטע האט א שטארקע עפעקט אויף די עקאנאמיע כאטש דאס ווערט ווייניג גענוצט ווייל לויט די אינטערעסט ראטעס וואס די פעד פארלאנגט קען מען פארשטיין וואס איר געלט פאליסי איז צו יעדע צייט. ווען די אינטערעסט ראטעס זענען הויך איז א סיגנאל אז די פעד זוכט צו מאכן שטייפער די געלט פאליסי און פארקערט ווען די אינטערעסט ראטעס זענען ביליג.
 
שורה 76:
 
 
=== אפענע מארקעט אפעראציעס ===
די אלע טראנזאקציעס ווערט געטאן אין די אפענע מארקעט אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן און זען וואס די פעד טוט און פארשטיין וואס איר ציל איז. אויב די פעד וויל רעדוצירן געלט סופליי וועט זי פארקויפן סעקיוריטיס און אויב וויל זי פארמערן געלט סופליי וועט זי קויפן סעקיוריטיס.
 
שורה 110:
 
 
=== קאנסומער פרייז אינדעקס ===
דאס איז די וויכטיגסטע עקאנאמישע אנווייזונג וועלכע ווערט צוגעשטעלט דורך די לעיבאר דעפארטמענט סטאטיסטיק אפטיילונג. אין דעם ווערט געמאסטן די פרייזן פון א רייע פראדוקטן און סערוויסעס אין אלע הויפט קאטעגאריעס אין די צייט אפשניט פון א מאנאט. מיט דעם קען די פעד גרינג מעסטן אינפלאציע ווייל דאס גיט אן אויבערפלעכליכע בילד פון די גאנצע מארקעט.
 
 
=== גראוס דאמעסטיק פראדוקט ===
דאס איז די סך הכל פון אלע פראדוקטן וועלכע איז פראדוצירט געווארן אינערהאלב די פאראייניגטע שטאטן. עס רעכנט אריין אלע קאטעגאריעס און אלע קוועלער און דורכדעם זעט מען מיט וויפיל די עקאנאמיע איז באמת געוואקסן אנדעם וואס אינפלאציע זאל דאס עפעקטירן. דער באריכט קומט ארויס ביי די ענדע פון די 4 קווארטאלן פון יאר.
 
 
=== האויזינג סטארטס ===
דאס איז א מאנטאליכע מעסטונג וויפיל הייזער מען האט אנגעהויבן בויען דורכאויס דעם מאנאט. האויזינג איז נישט אלעס אבער וויבאלד דאס איז זייער סענסיטיוו צו אינטערעסט ראטעס איז דאס זייער א וויכטיגע מעסטונג וועלכע די פעד דארף וויסן. עס צייגט קלאר וויאזוי די פינאנציעלע ענדערונגן עפעקטירן די קאנסומער און עס צייגט זייער שנעל ווייל א טויש אין די אינטערעסט ראטעס האט א שטארקע און שנעלע עפעקט אויף האויזינג.
 
 
=== נאנפארם פעיראל עמפלאוימענט ===
דאס מעסט די סך הכל נומער פון פעיראל (געהאלט) וואס ווערט אויסגעטיילט אין אלע אינדוסטריס אויסער די פארמינג אינדוסטרי. דאס ווערט אויך צוגעשטעלט דורך די לעיבאר דעפארטמענט און איז זייער א גוטע עקאנאמישער אנווייזער וועלכע צייגט די דורכשניטליכע סכום פון שטונדן וואס מען ארבעט און וויפיל מען פארדינט פער שטונדע. דאס צייגט קלאר אויב עס איז פאראן א טויש אין סופליי און פארלאנג.
 
שורה 128:
 
 
=== עס. ענד פי. סטאק אינדעקס ===
סטאקס ווערן געהאנדלט אין גרופעס פון וועלכע יעדע פון זיי ליגט אין א אינדעקס וועלכע גיט די דורכשניטליכע בילד וואס אלע סטאקס טוען אינאיינעם. עס זענען פאראן פארשידענע אזעלכע אינדעקסן אין יעדע אינדוסטרי. דאס בעסטע פון זיי איז די עס. ענד פי. (סטענדערט ענד פאר) וועלכע רעפרעזענטירט די פרייז און ווערט פון 500 גרויסע פירמעס אין אלע אינדוסטריס.
 
שורה 134:
 
 
=== אינדוסטריאלע פראדוקציע און קעפעסיטי יוטיליזאציע ===
דאס מעסט די אינדוסטריאלע פראדוקציע ביי פראדוקט און ביי אינדוסטרי אינאיינעם. דאס ווערט באריכטעט יעדע מאנאט און גיט די ערשטע בליק אויף די גראוס דאמעסטיק פראדוקט וועלכעס באריכט קומט נאר ארויס איינמאל אין דריי מאנאטן. די קעפעסיטי יוטיליזאציע צייגט ווי גוט די נאציאנאלע אוצרות ווערן אויסגענוצט וועלכע איז אויך אן אנווייזונג פאר דעם צוקונפט.
 
 
=== ריטעיל סעילס ===
דאס צייגט די סך הכל פון אלע סחורה וואס איז פארקויפט געווארן דורך ריטעיל געשעפטן איבער'ן גאנצן לאנד. די נומערן ווערן געמאסטן אין געלטליכע סומעס און ווערט באלאנסירט לויט די סעזאן אבער נישט לויט אינפלאציע. דער באריכט ווערט געמאכט דורך די דעפארטמענט אוו קאמערץ יעדע מאנאט און די פעד נוצט דאס צו זען וויפיל געלט די קאנסומער האט אויסגעגעבן דורכאויס דעם געוועזענעם מאנאט.
 
=== ביזנעס סעילס און אינווענטארי ===
דאס איז א מעסטונג פון די סך הכל סעילס און אינווענטארי פון די מענופעקטשערינג, האלסעיל, און ריטעיל סעקטארן. דער באריכט איז א מאנאטליכע פון די דעפארטמענט אוו קאמערץ און איז א גוטע אנווייזונג אויב די פירמעס רוקן ארויס זייער סחורה אדער נישט. אויב עס איז פאראן צופיל אינווענטארי איז א סימן אז מען מאכט נישט גענוג סעילס און מיינט אז די פראדוקציע וועט פארלאנגזאמט ווערן דעם קומענדיגן מאנאט.
 
=== לייכטע אויטא סעילס ===
אויטא סעילס קענען האבן א גרויסע עפעקט אויף די דזשי.די.פי. ווייל עס איז די טייערסטע פראדוקט וואס ווערט פארקויפט אין אזעלכע קוואנטום. דער באריכט ווערט געמאכט דורך וואורד'ס אויטאמאטיוו רעפארטס און די אמעריקן אויטאמאביל מענופעקטשורערס אסאסיאציע, און ווערט איבערגעקוקט און באלאנסירט לויט'ן סעזאן דורך די דעפארטמענט אוו קאמערץ און ביורא אוו עקאנאמיק אפעירס.
 
 
=== יילד אויף די 10 יעריגע טרעזשורי באנד ===
עס זענען פאראן טרעזשוריס פון אלע סייזעס אנגעהויבן פון 30 טאג ביז 30 יאר אבער די 10 יעריגע נאטע ווערט דאס מערסטע באטראכט פשוט ווייל עס איז דאס מערסטע פאפולער אין נארמאלע אומשטענדן. דער סיבה פארוואס די פעד קוקט אויף אירע אינטערעסט ראטעס איז וויבאלד נארמאל וועלן מארטגעדזשעס נאכפאלגן די טרעזשוריס און די 10 יעריגע איז דער בעסטער ביישפיל.
 
 
=== עם-2 ===
געלטליכע סופליי ווערט צעטיילט צו דריי קאטעגאריעס וועלכע ווערן גערופן עם- 1, עם-2, און עם-3. די ערשטע איז די אקטעלע קעש סופליי, אויסגאבן, טשעקינג אקאונטס, און וואלוטע. די צווייטע רעכנט אריין אלעס פון די ערשטע און לייגט צו אויך קליינע סעווינגס אקאונטס, דעפאזיטס ביי בענק, און מאני מארקעט מיוטשעל פאנדס. די דריטע לייגט צו אלע גרויסע און לאנגע טערמין אינוועסטמענטס וועלכע ווערט געהאלטן דורך די גרויסע קאאפעראציעס.
 
די פעד באטראכט די עם-2 סטאטיסטיקס וויבאלד דאס גיט איר אן אויבערפלעכליכן בילד איבער די פליסיקייט פון געלט אין לאנד. געלטליכע סופליי און די פראדוקציע איז געווענליך צוויי אנדערע זאכן אבער וויבאלד עס קען אמאל זיין פארבינדן איינע מיט די אנדערע וועט די פעד האלטן אן אויג דערויף און דאס מעסטן איינע קעגן די אנדערע.
 
 
 
=== דער סך הכל ===
 
די אלע עקאנאמישע אנווייזונגן זענען צעטיילט צו דריי הויפט אנווייזונגן פאר דעם סך הכל בילד. די דריי קאטעגאריעס זענען לידינג, קאנסידענט, און לעגינג. לידינג מיינט פירנדיג. דאס זענען די אנווייזונגן וועלכע צייגן וויאזוי די עקאנאמיע וועט גיין אינען צוקונפט געבויט אויף די פאקטן און עפעקטן און היסטאריע. קאנסידענט אנווייזונגן צייגן די איצטיגע סטאטוס און לעגינג אנווייזונגן צייגן ווילאנג די איצטיגע מצב וועט אנהאלטן. די אנווייזונגן ווערן ערשט עפעקטירט מאנאטן און אמאל יארן נאכדעם וואס עס פאסירט א טויש.
שורה 206:
[[pt:Reserva Federal dos Estados Unidos da América]]
[[ro:Sistemul federal de rezerve al Statelor Unite ale Americii]]
[[ru:Федеральная резервная система (США)]]
[[simple:Federal Reserve]]
[[sk:Federal Reserve System]]
[[sr:Савезне резерве САДСједињених Америчких Држава]]
[[sv:Federal Reserve]]
[[uk:Федеральна резервна система]]