אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחזקאל אבראמסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
מער פרטים
שורה 3:
יחזקאל אברמסקי איז געבוירן נישט ווייט פון מאסט אין [[ליטע]] אין יאר [[ה'תרמ"ו]]. ער איז געווען דאס דריטע קינד פון מרדכי זלמן אברמסקי, א געהילצהענדלער, און זיין ווייב פריידל גאלדין פון [[הוראדנא]].
ער האט געלערנט אין די ישיבות פון [[טעלז]], [[מיר]] און [[סלאבאדקע ישיבה|סלאבאדקע]], און אויך אין [[בריסק]] ביי הר"ר [[חיים סאלאווייטשיק]].
צו זיבעצן יאר איז ער געווארן רב אין [[סמאליאן]], שפעטער אין [[סמאלעוויטש]] און [[סלוצק]]. דאס רבנות אין סלוצק האט ער גע'ירשנט אין תרפ"ד פון דעם באוווּסטן רב הר"ר [[איסר זלמן מעלצער]] וואס איז אנטלאפן פון דער שטאט צוליב די רדיפות פון די קאמוניסטן וואס האבן געהערשט אין דער שטאט.
 
אין [[ה'תרס"ט]] האט ער חתונה געהאט מיט רייזל, א טאכטער פון דעם רב פון (יעהומען) הר"ר [[ישראל יהונתן ירושלימסקי]].
 
בערך אין תר"ץ איז ער געקומען קיין לאנדאן וואו ער איז געווארן רב פון דער מחזיקי הדת קהילה. נאך א פאר יאר האט מען גערופן אים צו ווערן ראש בית דין אין דער [[לאנדאן|לאנדאנער]] בית דין.
 
{{יידישקייט-שטומף}}
{{ביא-שטומף}}