אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עקאנאמיע פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט אראפגענומען: it:Economia del Regno Unito; שינויים קוסמטיים
אין תקציר עריכה
שורה 90:
 
=== וואלוטע ===
דער פונט סטערלינג (£) וואס באשטייט פון 100 פעניס איז בריטענס וואלוטע. ארום 0.63 פונט איז ווערט איין אמעריקאנער דאלאר{{מקור}} (ווען די שורות ווערן געשריבן)ד.ה. דאס טיישט אז עס איז בערך די זעלבע ווערט ווי דער אמעריקאנער דאלאר ווייל א פונט איז גרעסער אין סכום ווי א דאלאר. (פארשטייט זיך אז עס טוישט זיך טעגליך ווי אלע אנדערע וואלוטעס).
בעפאר בריטען האט איבערגעטוישט איר וואלוטע צום דעסימעל סיסטעם , צווישן די יארן 968' און 971', איז דער פונט באשטאנען פון 20 שילינגס און יעדע שילינג איז געווען 12 פעניס. יענע סיסטעם האט געמאכט פילע פראבלעמען ביים האלטן ביכער חשבונות און בריטען איז געווען געצווינגען דאס צו טוישן.
ביז א קורצע צייט וועט אויך בריטען אריינגיין אינעם נארוואס געגרינדעטן יורא סיסטעם אין וועלכע 12 אייראפעאישע לענדער פארמאגן איין וואלוטע סיסטעם. עס איז כמעט זיכער אז דאס וועט פאסירן אין גיכן, עס איז נאר א פראגע אין צייט. פארשטייט זיך אז מיט'ן אריינגיין אינעם יורא סיסטעם וועט די פונט בטל ווערן אלס בריטענ'ס וואלוטע.
שורה 98:
בריטען איז איינע פון די וועלט'ס באקאנסטע טרעוול דעסטינאציעס און עס פארנעמט א פראמינענטן טייל אין די רעגירונג'ס יערליכן אינקאם. טוריזם גיט ארבעט פאר באלד 2 מיליאן מענטשן און מאכט אויס גאנצע 5 פראצענט אינעם דזשי.די.פי. די בריטיש טוריסט אויטאריטי, אן ארגאניזאציע וואס ווערט געשטיצט דורך די רעגירונג האלט קאנטראל אויף אלע באזוכונגס צענטערן און גיט אינפארמאציע צו איבער 800 פון זיי. ענגלאנד, וועילס, סקאטלענד, און צפון אירלאנד האבן זיך זייערע אייגענע טוריסט באורדס וועלכע ווערן אויך געשטיצט דורך די רעגירונג.
באזוכער צו בריטען קומען פון אלע עקן וועלט. פארגאנגענעם יאר האבן 25.2 מיליאן מענטשן פון איבער-וואסער באזוכט בריטען. 67 פראצענט דערפון זענען געווען פון אייראפע און 15 פראצענט פון נארט אמעריקע, פארשטייט זיך דאס מערסטע פון די פאראייניגטע שטאטן.
לאנדאן איז די מערסט פארנומענסטע שטאט דורך טוריסטן. די שטאט איז א גאנץ יאר אנגעפילט מיט באזוכער וועלכע קומען זען די וועלט באקאנטע ערטער ווי די טורם אף לאנדאן, די הייזער פון [[פארלימענט]], די אויסעווייניגסטע טייל פון די בוקינגהעם פאלאץ, און נאך. אויך באזוכן טייל מענטשן פארשידענע הייזער פון היסטארישע פאליטישאנס און קעניגן, ווי טשורטשיל (בריטישער פרעמיער מיניסטער אין די ערשטע יארן פון די צווייטע וועלט קריג) און קעניגן מערי. גאר אסאך באזוכער גייען אויך ספעציעל צו זען די צוויי וועלט בארימטע אוניווערסיטיס אקספארד און קעמברידזש (ביידע זענען פון די וועלטס בעסטע אויניווערסיטיס. גאר אסאך אמעריקאנער פרעזידענטן און וויסנשאפטלער האבן דארט שטודירט און קענען זיך נישט מער גרויסן ווי צו זאגן "איך האב אן אקספארד עדזשיוקעישן".
 
[[קאַטעגאָריע: עקאנאמיע]]