אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "כעזבאלא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: mwl:Hizbollah
מ באט צוגעלייגט: hi:हिजबुल्लाह; שינויים קוסמטיים
שורה 1:
[[בילדטעקע:Hizballah.jpg|left|thumb|250px|די חיזבאלא פאָן]]
[[בילדטעקע:nasrallah.jpg|left|thumb|250px|סאיעד כאסאן נאסראללא, דער פירער פון חיזבאלא]]
 
'''כעזבאָלאַ''' איז א [[שיאיטן|שיאיטישע]] [[מוסלמענער]] ארגאניזאציע אין [[לבנון]] מיט פאליטישע און מיליטערישע צווייגן, וואס שטרעבט אויף צו באקעמפן [[מדינת ישראל]]. עס ווערט אנגעפירט דורך [[סאיעד כאסאן נאסראללא]], און ווערט געשטיצט הויפטזעכליך דורך [[איראן]] און [[סוריע]].
שורה 6:
כעזבאָלאַ ווערט אנגעטיטלט דורך רוב לענדער אין דער מערב וועלט אלס א [[טעראריסט|טעראריסטישע]] ארגאניזאציע. חיזבאלא און אירע שטיצער, אריינגערעכנט פילע פאליטישע פירער און סתם המון עם אין [[לבנון]], האלטן אז זי איז א לעגיטימע מיליציע אויף צו היטן אויף לבנון קעגן ישראל'ישע אנגרייפן און אויף צו שטעלן ווידערשטאנד קעגן ישראל'ישע אקופאציע.
 
כעזבאָלאַ איז געגרינדעט געווארן אין די אנהויב 80'ער יארן אלס א קעגנשטאנד צו ישראל נאכן מלחמה מיט [[יאסיר אראפאט|אראפאט'ס]] [[פ.ל.א.]] ארגאניזאציע און דער לבנונ'ער בירגער קריג אין [[1982]]-[[תשמ"ב]]. די ישראל'ישע אקופאציע פון [[דרום לבנון]] האט אנגעהאלטן פון 1982-תשמ"ב ביז דער ריקצוג אין מערץ [[2000]]-[[תש"ס]] דורך דער ישראל'ישער פרעמיער מיניסטער [[אהוד ברק]].
 
כעזבאָלאַ פארמאגט אן ארמיי פון עטליכע טויזנט קעמפפער, און פילע פארגעשריטענע וואפנס. זיי פארמאגן, לויט די אפשאצונג פון ישראל'ישע שפיאנאזש, איבער צען טויזנט [[קאטיושע]] ראקעטן, דאס מערסטע פון זיי אנטהאלטן פון איראן. אויך פארמאגן זיי פון איראן די ווייט שטרעקיגע מיסלס [[פאג'ר]] און [[זלזל]].
 
במשך פון די יארן האט חיזבאלא געשיקט טויזנטער קאטיושע ראקעטן אויף די איינוואוינער אין צפון פון [[מדינת ישראל]].
 
== ישראל-כעזבאָלאַ קריזיס 2006 ==
 
אין [[יולי]] [[2006]]-[[תשס"ו]] האט אויסגעבראכן די [[צווייטע לבנונישע מלחמה]] נאכדעם וואס כעזבאָלאַ האט פארכאפט צוויי ישראלישע סאלדאטן. די ישראלישע רעגירונג האט אלס ענטפער אונטערגענומען אן אקציע אויף אויסצוראטן חיזבאלא און פארניכטן זייערע כחות. דער אקציע האט זיך ארויסגעוויזן פיל שווערער ווי דער ישראלישע מיליטער האט זיך גערעכנט, און האט זיך אויסגעלאזט מיט א פייער-אפשטעל רעזאלוציע פון דער יו ען, אונטער וועלכע דער לעבאנעזער ארמיי וועט איבערנעמען דאס קאנטראל פון [[דרום לבנון]] אנשטאט כעזבאָלאַ, אבער די חיזבאלא כחות זענען נישט פארניכטעט געווארן.
 
אין די שטרייטונגען האט כעזבאָלאַ צום ערשטן מאל גענוצט די ווייט שטרעקיגע ראקעטן, און געשאסן מער פון 70 ק"מ אריין אין ישראלישן שטח, ביז [[חיפה]], [[טבריה]] און [[חדרה]].
 
 
=== קעגן אמעריקע ===
כעזבאָלאַ ווערט באשולדיגט אין צוויי גאר מערקבארע טעראריסטישע אקטן אנטקעגן אמעריקע.
 
שורה 26:
דער צווייטער און פיל מערקבארער אינצידענט איז געווען דער זעלבער יאר אקטאבער 23. א טראָק אנגעפילט מיט 12,000 פונט אויפרייס שטאף איז אריינגעפארן אין א קאמפאונד פון [[אמעריקע|אמעריקאנער]] [[מארינעס]], וועלכע זענען געווען אין לאנד אלץ א טייל פון א מולטי-נאציאנאלע שלום-האלטן מיסיאן, און זענען געווען הויפטקווארטירט אין דעם ביירות אינטערנאציאנאלע לופט-פעלד.
 
דער טראק האט דורכגעריסן דעם שטעך-דראט צוים, דער פירער האט געשמייכלט צו די צוויי אמעריקאנער וועכטער, און אריינגעפארן מיט גאר הויכע שנעלקייט אין דעם באראק ווי די מארינעס זענען געווען פלאצירט. דער אויפרייס האט אראפגעברענגט דעם גאנצן בנין, און אומגעברענגט 241 אמעריקאנער, 220 פון די מארינעס.
 
אין דעם טאג זענען אומגעברענגט געווארן די גרעסטע צאל אמאריקאנער מארינעס אין איין טאג זינט די שלאכטן אין [[איווא דזימא]]. דער אטאקע איז פארבליבן דער טויטליכסטער אנגרייף אויף אמעריקאנער אויף א פרעמד לאנד זינט דער [[צווייטער וועלט מלחמה]].
שורה 57:
[[fr:Hezbollah]]
[[gl:Hesbulá]]
[[hi:हिजबुल्लाह]]
[[hr:Hezbollah]]
[[hu:Hezbollah]]