אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "װיקיפּעדיע:וואס וויקיפעדיע איז נישט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: als, ang, bar, ia, id, pnt, zh-yue געענדערט: eo, ja, ms
שורה 1:
{{פאליסי}}
 
== וואס וויקיפעדיע איז נישט ==
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין צוזאם ווארפעניש פון אלערליי אינפארמאציע ===
: דאס אז א זאך איז 100% אמת מיינט נישט אז דאס באלאנגט אין אן ענציקלאפעדיע. בדרך כלל זאל דאס זיין א זאך וואס איז נישט אינטואיטיוו (ד.ה. א זאך וואס מענטשן ווייסן נישט פון זיך אליין).
:צ.ב.ש. אן ארטיקל אויף "'''טיש'''" וואס זאגט אז "דאס איז א הארטע פלאכע זאך עטליכע פיס אין דער הויך אויף וואס מען קען לייגן פארשידענע זאכן," און איז דערנאך מסביר א ליסטע פון זאכן וואס מען קען לייגן ("ברויט, טשאלנט, טעלעפאן, שפילגעצייג") איז נישט קיין פאסיגע ענציקלאפעדישע ארטיקל, כאטש די זאכן זענען אמת.
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין ווערטערבוך''' אדער א זשארגאן ערקלערונגס בוך ===
:ביטע מאכט נישט קיין ארטיקלען וואס טוען נאר ערקלערן א טערמין אדער אן אויסדרוק. אן ארטיקל זאל זיך געווענליך אנהייבן מיט א קורצע און ריכטיגע ערקלערונג פון דעם קעפל'ס טערמין, אבער עס ברויך האבן מער פון דעם צו באלאנגען אין אן ענציקלאפעדיע.
:אויב טרעפט איר אזא ארטיקל, זעהט אויב איר קענט דאס פארבעסערן דורך צולייגן פרטים ווי עס פאסט פאר אן ענציקלאפעדיע. אויב קיין פרטים זענען נישט פאסיג אויף דעם, שטעלט אן <nowiki>{{אויסמעקן}}</nowiki> מוסטער.
 
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין פלאץ צו דריקן ארגינעלע חקירות און באמערקונגען ===
: וויקיפעדיע איז נישט דאס פלאץ צו שרייבן רעזולטאטן פון אייער אייגענע פארשונגען.
: אויך איז דאס נישט קיין פלאץ צו מאכן באמערקונגען אויף ענינים וואס זענען נישט פריער געדריקט געווארן ערגעץ אנדערש וואו.
שורה 16:
: ביטע נישט האלטן קיין דיסקוציעס אין די ארטיקלען גופא. דורכשמועסן אויף ענציקלאפעדישע נושאים זאל מען נאר אין די [[הילף:רעדן|רעדן]] בלעטער.
 
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין מקוה ===
: ביטע נישט שרייבן סתם נייעס, געשעענישן, אדער שמועות אן קיין מקור. וויקיפעדיע איז געמאכט אויף אויסצוארבעטן ארטיקלען אויף ענציקלאפעדישע נושאים. נייעס און געשעענישן וואס האבן יא א מקור קענען געלייגט ווערן אין ארטיקלען אויב זיי זענען וויכטיג צום כללות'דיגן נושא אין וועלכן זיי ווערן געלייגט. סתם נייעס זאל געהאלטן ווערן צו [[וויקינייעס]].
 
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין סאציעלע צוזאמקום ===
: כאטש מיר ארבעטן אויף צו האבן א נעימות'דיגן מיטארבעטונג צווישן די פילע באנוצער, איז אבער וויקיפעדיע נישט געמאכט פאר מענטשן זיך צוזאם צו קומען און פירן שמועסן און/אדער דעבאטעס. די עיקר ציל פון באטייליגער זאל זיין אויף צו ליינען און פארבעסערן אינפארמאציע ארטיקלען.
 
=== וויקיפעדיע איז נישט צענזורירט ===
: עס קען זיין ארטיקלען וואס זענען פאר געוויסע מענטשן אומאיינגענעם אדער באליידיגענד, אויב זענען די פאקטן אמת'ע און זענען פאראויס געדריקט געווארן דורך א פארלעסליכן מיטל. וויקיפעדיע קוקט נישט איבער קיין ארטיקלען זיכער צו מאכן אז דער תוכן שטימט מיט מאראלישע צו רעליגיעזע פרינציפן, און וויקיפעדיע באנוצער ווערן געבעטן נישט צו לאזן מאראלישע און רעליגיעזע פרינציפן פארמישן זייערע ענדערונגען. וואס איז פאר איינעם אומאנגענעם קען פאר א צווייטן זיין אינטערעסאנט און מערקבאר.
 
== וואס דער וויקיפעדיע געמיינדע איז נישט ==
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין קריגס פעלד ===
: יעדער באנוצער ווערט געבעטן זיך אויפצופירן העפליך, רוהיג, און העלפן ברענגן א געמיינזאמע אטמאספערע.
: נישט באליידיגן, סטראשענען, אדער בעלאסטיגן די מיט וועם איר האט חילוקי דעות. טרעט צו צו דער ענין מיט שכל און פרובירט צו לייזן אייערע דיפערענצן אויף א רוהיגן, ציווילן אופן.
שורה 32:
: אויב קענט איר נישט לייזן אייער סכסוך, פרובירט זיך צו באנוצן מיט די אנווייזונגען אין [[מחלוקת פארלייזונג]].
 
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין דעמאקראטיע ===
: וויקיפעדיע איז נישט קיין פרואוו אין דעמאקראטיע אדער סיי וועלכע פאליטישע סיסטעם. דער הויפט מיטל פאר געמיינזאמע מיטארבעטונג איז דורך דיסקוציעס און נישט מיט שטימען. אין שווערע פעלער קען מען זיך באנוצען מיט וואלן, אבער דאס איז נאר אויף צו פארגריגערן צו הערן אלע מיינונגען, און דאס איז נישט בינדענט. דער הויפט פארלאנג איז אז מיטטיילער זאלן קענען לאזן הערן זייער מיינונג, אין סיי וועלכן אופן זיי פילן זיך באקוועם.
 
=== וויקיפעדיע איז נישט קיין פרואוו אין בויען געזעצן ===
: געזעצן קענען מאכן גרינגער אויף צו אפמאכן א געמיינזאמען גאנג, אבער מען זאל נישט ווערן אריינגעכאפט אין מאכן אזויפיל געזעצן אז מען קאנצענטרירט אויף דעם צופיל. מען זאל נאכפאלגן די גייסט פון די געזעצן, אבער עס איז נישטא קיין ענין פון זיין אפגעהיטן בקלה כבחמורה. דער הויפט מיטל צו לייזן דיפערענצן זאל זיי דורך זיך דורכרעדן.
 
== וואס דער באנוצער בלאט איז נישט ==
* '''אלעס וואס איז דא געזאגט געווארן גייט אויף ארויף אויפ'ן באנוצער בלאט.'''
: אייער באנוצער בלאט איז נישט א פערזענליכע '''''היים בלעטל''''', אדער א '''''בלאג'''''. נאכמער, דער באנוצער בלעטל איז '''נישט אייערס'''. עס איז א חלק פון וויקיפעדיע, און איז געמאכט אויף צו פארגריגערן דאס צוזאמענארבעטונג.
שורה 71:
[[it:Wikipedia:Cosa Wikipedia non è]]
[[ja:Wikipedia:ウィキペディアは何ではないか]]
[[ka:დახმარება:რა არ არის ვიკიპედია]]
[[ko:위키백과:위키백과에 대한 오해]]
[[ksh:Wikipedia:Wat de Wikipedija nit is]]
[[lb:Wikipedia:Wat Wikipedia net ass]]
[[li:Wikipedia:Wat is Wikipedia neet]]
[[lt:Pagalba:Kas nėra Vikipedija]]
[[lv:Vikipēdija:Kas Vikipēdija nav]]
[[mk:Википедија:Што не е Википедија]]