80,877
רעדאקטירונגען
מ (באט צוגעלייגט: ckb געענדערט: eo) |
אין תקציר עריכה |
||
איר וועט אוודאי פרעגן: נו אויב מען זעט דאר אייז אפשר איז טאקע פאראן וואסער דארט? דער ענטפער איז אבער אז לויט וויפיל אונז פארשטייען מיר איז נישט מעגליך, בדרך הטבע, אזא זאך וויבאלד אין ספעיס קען קיין וואסער אדער לופט נישט זיין. וואס יא איז דערווייל נישט קלאר אבער עס איז מעגליך אז עס איז טרוקענע אייז וועלכע איז געמאכט פון קארבאן דיאקסייד.
פון די טעסטן וואס די פארשידענע ארביטערס האבן גענומען האט מען אויסגערעכנט אז די אטמאספערע אויפ'ן מאדים איז אנדערש וואו אין ספעיס וואו די סעטעלייטס און שאטעלס פליען ארום. די אטמאספערע באשטייט פון 95 פראצענט קארבאן דיאקסייד (די וועלט פארמאגט ווייניגער ווי איין פראצענט) 2.7 ניטראדזשין (די וועלט האט 78 פראצענט) און קוים א פינפטל פון א פראצענט אקסיגן (די וועלט האט 21 פראצענט). דער טעמפרעאטור איז געוואנדן לויט די זון. ווען די זון שיינט איז דארט צווישן 220 און 70º
נאך אן אינטערעסאנטע זאך וואס מען איז געוואויר געווארן ווען מען האט באזוכט דעם מאדים איז די טונקעלע און ליכטיגע טיילן פון דעם פלאנעט. די פאנטאזיעס פלעגן גיין אז די טונקעלע ערטער מיינען קאנאלן און געוואוקסן אבער ווען די שטודיעס זענען געווען טיף אינעם פראצעס האט מען אנגעהויבן באמערקן אז עס זענען פאראן זאמד שטורעמעס אויף ריזיגע ראיאנען וועלכע קענען אנהאלטן לאנגע מאנאטן. סייענטיסטן זאגן יעצט אז צו יעדע צייט איז פאראן זאמד שטורעמעס און דאס איז וואס מיר זעען טונקעלע און ליכטיגע ראיאנען ווען מען קוקט מיט א טעלעסקאפ.
|