אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זאב זשאבאטינסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
וויקיזירט
בילד
שורה 1:
[[בילד:Zeev Jabotinsky.jpg]]
'''זאב וולאדימיר זשאבאטינסקי''', (18טן אקטאבער 1880 - 4טע אויגוסט 1940), א [[ציוניסט]]ישער פאליטיקער, און פערזענליכקייט, דער אנפירער פונעם [[אצ"ל]], גרינדער פון [[בית"ר]], און פרעזידענט פון [[צה"ר]]. און דער [[רעוויזיאניסטן]] פארטיי.
 
== זיין יוגנטאיגנט ==
זשאבאטינסקי איז געבוירן אין [[אדעס]] (היינט [[אוקראינע]]), זיין מוטער איז אן אייניקל פון דער [[דובנא מגיד]], זיין טאטע איז געשטארבן, ווען זאב איז אלט געווען פינף יאר, זיין מאמע האט אים געשיקט אין פאלקס גימנאזיע, וואס זייענדיג א ייד, איז שווער געווען צו לערנען, אין אזא פלאץ, ער האט זייער ליב געהאט שפראכן, און ער האט געלערנט [[ענגליש]], [[פראנצויזיש]], [[דייטש]], ווי אויך האט ער געקענט [[איטאליעניש]], [[גריכיש]], [[לאטייניש]] און [[עספעראנטא]], און דאס אלעס אויסער יידיש, [[רוסיש]], און [[העברעיש]], וואס שפעטער אין זיין לעבן, האט ער זיך טאקע בעיקר באשעפטיגט אין איבערטייטשן.