אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חנוך העניך הכהן לעווין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''רבי חנוך העניך הכהן לעווין (שאטין)''' (ה'תקנ"חי"ח אדר ב' ה'תר"ל) רבי אין [[אל...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 08:34, 17 אויגוסט 2009

רבי חנוך העניך הכהן לעווין (שאטין) (ה'תקנ"חי"ח אדר ב' ה'תר"ל) רבי אין אלעקסאנדער.

אפשטאם

רבי העניך איז געבוירן אין ליטומורסק אין יאר ה'תקנ"ח צו זיין פאטער הרב פנחס הכהן לעווין.

רבנות

נאך זיין חתונה וואוינענדיג אין פרשיסחא איז רבי העניך געווארן צוגעצויגן צו דעם ייד הקדוש, נאכהער איז ער געווארן פון די גרויסע תלמידים פון הרב שמחה בונם פון פרשיסחא נאכהער איז ער געווארן פון די תלמידים פון דעם קאצקער רבין. נאך זיין פטירה איז רבי העניך געווארן פון די אנהענגער פון חידושי הרי"ם כאטש רבי העניך איז געווען עלטער פון אים.

אין יאר ה'תרכ"ו נאך די פטירה פון חידושי הרי"ם האבן די חסידים אויפגענומען רבי העניך אלס רבין, און ער האט אנגעפירט זיין רביסטעווע אין אלעקסאנדער.

הסתלקות

רבי העניך איז נפטר געווארן י"ח אדר ב' ה'תר"ל.

פאמיליע

רבי העניך האט געהייראט א טאכטער פון הנגיד הרב יעקב יעקיל פון פרשיסחא. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל אפרים פישל הכהן לעווין.

זיינע ספרים

  • חשבה לטובה

רעפערענצן