אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "ניקאטין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
+ formulae
וויקיזירט
שורה 1:
'''ניקאטין''' איז א נאטורליכע[[נאטור]]ליכע [[ארגאניק]] [[כעמיקאל]] וועלכע געפינט זיך אין [[טאבאק]] פלאנצונגען. די כעמיקאלן באשטייט פון [[קארבאן]], [[היידראדזשין]], [[שטיקשטאף]], און [[זויערשטאף]] וועלכע גיבן אינאיינעם א ספעציעלע דערשפיר אינעם מענטש'נס קערפער. א ביישפיל פאר די וואס רויכערן נישט איז קאפעין וועלכע איז די נאנטסטע סארט אייננעמונג צו ניקאטין און גיט די זעלבע סארט סטימולאציע אין א קלענערן פארנעם.
[[File:Nikotin - Nicotine.svg|thumb|230px|right|Nikotine]]
ניקאטין באטרעפט אינגאנצן 5 פראצענט פון די טאבאקא פלאנצונגן און דאס ווערט ארויסגענומען און קאנצעטרירט בעפאר מען לייגט דאס אריין אין ציגראטן. היינטיגע ציגראטן פארמאגן צווישן 8 און 20 מיליגראם ניקאטין פער [[ציגארעט]], געוואנדן לויט די סארטן. ווען מען רויכערט נעמט דער קערפער נישט אריין מער ווי איין מיליגראם ניקאטין ווייל די איבעריגע גייט אוועק מיט'ן פייער און רויך אבער דאס ביסל וואס גייט יא אריין ברענגט א ספעציעלע סטימולאציע אינעם קערפער צו וועלכע מען געוואוינט זיך צו און מען לעכצט פאר נאך און נאך.