אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שביעי של פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''שביעי של פסח''' איז טייטש די זיבעטע טאג [[פסח]].
 
צו די זיבעטע טאג פון ווען די [[איד|יידן]] זענען ארויס פון [[מצרים]] איז געשען א [[נס]] און די [[ים סוף]] האט זיך געשפאלטן אין דריי פאר זיי, די מעשה איז צוגעגאנגן ווי פאלגענד
 
די יידן זענען ארויס פון מצרים די 15סטע אין [[ניסן]] זיי זענען געגאנגן ווייטער און ווייטער פון מצרים, 3 טעג נאכדעם, דאס הייסט אין די 18סטע אין ניסן האט [[פרעה]] צוריקגעצויגן און געוואלט נאכיאגען די יידן און זיי צוריק ברענגען קיין מצרים, פאר די צוועק האט ער איינגעשפאנט א מיליטער פון 600 רייטער און נאך.
 
זיי האבן אנגעפאנגן נאכיאגען די יידן, די יידן האבען אנגעפאנגן אנטלויפן ביז זיי זענען אנגעקומען צום ים סוף די 21סטע אין ניסן וואס איז '''שביעי של פסח'''.
 
ווען די יידן זענען אנגעקומען צום ים סוף האבן זיי זיך זייער דערשראקען ווייל זיי האבן נישט געוואוסט וואס ווייטער, און האבן זיך געשראקן אז די מצריים וועלן זיגען, האבן זיי זיך גענומען וויינען צו [[משה רבינו]].