אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "האמעאפאטיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
זיי מבטל רי-ווערסיע 236989 פון פוילישער (רעדן)
זיי מבטל רי-ווערסיע 237115 פון 95.86.88.159 (רעדן)
שורה 1:
'''האמעאפאטיע''' (פון [[גריכיש]] ''האמויאס-'' ''ὅμοιος-'' "ענליך" + ''פאַטהאס'' ''πάθος'' "לײַדן" ) איז א אנדער וועג צו היילן [[קראנקהייטקראנקייט]]ן. דער אויסטרעפער און גרינדער פון דעם וועג, [[סאמועל האנעמאן]], א דאקטער אין [[דייטשלאנד]], האט דאס ערפינדן אין יאר 1796. א דאקטער וואס היילט מיט האמעאפאטיע ווערט אנגערופן א '''האמעאפאַט'''.
 
==היסטאריע==
דר. סאמועל האנעמאן האט אנגעהויבן האמעאפאטיע אין יאר 1796 אין יענער צייט איז די אלגעמיינע שיטה פון היילונג (קאנווענציאנעלע מעדיצין —וואס סאמועל האנעמאן האט זי אנגערופן "אַללאפאטיע") געווען שטארק צוריקגעשטאנען , און זי איז באשטאנען מערסטנס פון בלוט זויגן , ריינוגען און געבן שטארקע כעמיקאלן וואס גאר אפט האט עס מער געשאדט ווי אויפגעטוהן
 
אין 1779 האט האנעמאן גראדואירט פון מעדיצינישער שולע און אנגעהויבן צו פראקטיצירן מעדיצין און ער איז געווען שטארק אנטוישט אין דער אלגעמיינער היילונגס שיטה. דאן האט ער אנגעהויבן אליין זוכן און פארשן מעדיצין ביז ווען ער האט אויפגעהערט צו פראקטיצירן מעדיצין און האט אנגעהויבן צו דינען אלס אפטייקער און צו איבערטייטשן מעדיצינישע בוכער און ער האט אנגעהויבן איבערטייטשן אויף דייטש די '''מאטעריע מעדיקא''' פון וויליאם קאַללען און ער איז אנטקעגן געקומען מיט די טשינארינדענבוים וואס העלפט פאר די וואס ליידן פון [[מאלאריע]]. און ווי קאללען גיט דארט צו פארשטיין ווי אזוי דאס היילט מאלאריע האט האנעמאן נישט אנגענומען קאללענ'ס טעאריע און ער האט איינגענומען פיר גוטע שלוקן פון דעם טשינארינדענבוים צוויי מאל א טאג פאר א פאר טעג און ווי האנעמאן באריכטעט האט אנגעהויבן ביי איהם ערשיינען סימפטאמען ענליך צו די פון מאלאריע. פון דעם איז ער געקומען צו א החלטה אז די מעדיצין וואס היילט די קראנקהייטקראנקייט וועט גורם זיין ביי א געזונטן מענטש די זעלבע סימפטאמען ווי די קראנקהייטקראנקייט איז גורם ביי א קראנקען.
 
==דער וועג==
שורה 10:
===דער הויפט פרינציפ===
 
דער גרונד פון האמעאפאטיע און איר ערשטער און וויכסטיגסטער פרינציפ איז אז מען באהאנדלט א קראנקהייטקראנקייט מיט א זאך וואס וועט גורם זיין אין א געזונטן מענטש די זעלבע [[סימפטאם|סימפטאמען]] וואס זענען ערשינען אין דעם קראנקען, אין קורצן רופן זיי דאס דעם פרינציפ פון אייניגקייט.
 
===די רעמעדי===
שורה 23:
 
===די טעאריע===
די ערטשע זאך איז דא א שטארקע אונטערשייד ווי אזוי מען באטראכט א קרענק א אללאפאט קוקט אויף קרענק מיט א פאקטישע קוק ד.ה. דער קערפער טוט נישט וועס ער דארף טוען אויב אזוי וואס דארף דער דאקטער יעצט טוען קודם דארף פרובירן צו זעהן אפשר קען ער אוועק נעמען דעם שטערער און פון זיך אליין וועט דער קערפער צוריק גיין צו זיין געווענליכע אויפירונג אויב מען נישט אזוי מאכן דאן גיבט מען א כעמיקאל אדער דעס גלייכן וואס ער זאל אויפטון וואס דער קערפער טוט נישט נישט אזוי לויט האמעאפאטיע נאר א קראנקהייטקראנקייט ווערט באטראכט אז עפעס אינם אינערליכע טייל פונם קערפער האט פארלוירן איהר אינערליכע קראפט און ער פירט מער נישט אן די פירערשאפט פון א געוויסע טייל פונעם קערפער.
 
די טעאריע איז אז כדי צו היילן דעם קערפער זאל מען נישט מיט געוואלט פארענדערן די אומגעוואונטשענע סיפטאמען נאר טו אופן קערפער איינפלוסן ער זאל זיך פירן ווי עס ברויך ווייל נאר דאן איז ער אויסגעהיילט און א האמעאפאטישע רעמעדי וועט נישט מער ווי אויפוועקן און דערפרישן די נאטירלעכע היילונג קראפט וואס דער קערפער האט געזאלט פארמאגן נאטורלעך און דערנאך וועט די היילונג פאסירן דורך דעם קערפער זעלבסט, און אט די קראפט געפינט זיך טאקע אין דער רעמעדי, (אין אונטערשייד צו דער אללאפאטישער שיטה וואס דרויסנדיגע עלעמענטן ווערן אריינגעלייגט אינעם קערפער און ווירקן אין אים).
שורה 29:
פארשידענע טעאריעס זענען שוין געזאגט געווארן ווי אזוי דער האמעאפאטיע רעמעדי ארבעט פארוואס א זאך וואס טוט גורם זיין סימפטאמען וועט היילן די סימפטאמען און פארוואס ווען מען נעמט איין קליינע טייל פון א זאך וועט דאס היילן.
 
איין טעאריע וואס איז דערמאנט געווארן איז אז אזוי ווי די סימפטאמען וואס ערשיינען ביים קערפער ווען ער איז קראנק זענען געווענליך צייכנס פון דעם וואס דער קערפער פרובירט זיך צו שלאגן מיט דער קראנקהייטקראנקייט אויב אזוי איז פארשטענדליך אז דאס וועט זיין די סיבה פארוואס ווען מען נעמט די גראז צום ביישפיל הייבט מען אן צו זען סימפטאמען פון א פארקילאכץ ווייל ער וועקט אויף דעם קערפער זיך צו שלאגן מיט א פארקילאכץ.
 
מוז דא אבער ערווענט ווערן אז קיין איינע פון די טעאריעס האבן נישט קיין ערנסטע גרונדן און זענען קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן אויף קיין שום וועג, און נאך א פונקט אז סאמועל האנאמאן האט נישט אנגעהויבן פון א טעאריע נאר פון א פאקטישער זאך אז א געוויסע זאך וואס האט געהיילט מעלעריע האט ביי א געזונטע מענטש גורם געווען די זעלבע סיפטאמען ווי מעלעריע ברענגט וואס האט אים צוגעברענגט צו טראכטן אז אייניג היילט אייניג.
שורה 53:
אויך איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט פאר א ערשיינונג ווי אן אויערן האמעאפאט אדער אן אויגן האמעאפאט ווייל יעדער האמעאפאט דארף באטראכטן דעם גאנצן מענטש פון אלע זייטן און צוליב דעם איז אויך דא אסאך א גרעסערע מעגליכקייט פאר א טעות.
 
עס איז אינטערסאנט צו אנצייכענען אז א קלאסישער האמעאפאט מיט א אלאפאט קוקן אזוי אנדערש אויף היילונג און קראנקהייטקראנקייט אז זיי קענען זיך כמעט נישט צונויפרעדן.
 
===מאדערנע האמעאפאטיע===
שורה 61:
די שיטה האט נאר אנגענומען די ערשטע העמעאפאטישע טעאריע די געזעץ פון אייניגקייט אבער ווי אזוי צו באנוצן די שיטה האבן זיי אוועקגעשטעלט זייער אייגענע שיטה אנדערש ווי האנעמאן האט אוועקגעשטעלט , אויב אזוי איז זעלבסטפארשטענדליך אז דער צוגאנג פונם דאקטער און די באהאנדלונג פון אזא דאקטער וועט נישט אויסזעהן קיין סאך אנדערש ווי די צוגאנג פון א אלאפאט, און נאכמער איהר וועט טרעפן אסאך דאקטוירים וואס פראקטיצירן ביידע שיטות.
 
אויך ווי א פארזעצונג צו די שיטה איז דא היינט צי טאג צובאקומען האמעאפאטישע צוזאמשטעלינגען וואס זענען צונויפגעשטעלט צו היילן א קראנקהייטקראנקייט צום ביישפיל א צוזאמשטעלונג פאר א לונגען אנצינדונג.
 
==אהערשטעלן א רעמעדי==