אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אליעזר בן יהודה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: sv:Eliezer Ben-Jehuda
דיק אין קעפל
שורה 52:
בן יהודה האט געשריבן מאמרים מען זאל רעדן לשון קודש אינעם חרד'ידשן צייטונג [[חבצלת]], אבער אזוי ווי ער האט נישט געקענט דארט ארויס זאגן אלעס וואס ער האלט, ווייל דער ארויסגעבער איז געווען א חרדי האט ער אין יאהר תרמ"ה — דריי יאהר נאך דעם וואס ער איז ארויף קיין ארץ ישראל - אנגהויבן ארויס געבן זיין אייגענעם צייטונג מיט נאמן [[הצבי]].
 
== קעגן דידער "'''חלוקה'''" פון די פרומע אידן ==
 
דער ישוב אין ארץ ישראל איז אין יענע צייט געווען - שנת תרמ"ה - רוב פרומע אידן, א קליינער חלק צווישן זיי איז געווען נישט פרומע אדער אינגאנצען פריי, דאס רוב ציבור זענען דאן ארויף ווייל זיי האבן דארט געוואלט אויסלעבן זייערע יאהרן מיט לערנען תורה, איי פון ווי וועט מען עסן ? קיין גרויסע פארדינסן האט מען דאן נישט געקענט מאכן אין ארץ ישראל, דעריבער איז געווען איינגעפירט אז די מענטשן פון חוץ לארץ האבן געשיקט געלטער פאר זייערע אידישע ברודער. דאס געלד איז געקומען צו א וועד אין ארץ ישראל וואס זיי האבן זיי פארטיילט. ווען עס האט זיך פארמערט נישט פרומע אידן אין ארץ ישראל, האבן זיי אויך געוואלט האבן א חלק וויאזוי צו פארטיילן די געלטער, אבער די פרומע האבן זיי נישט געוואלט. און דעריבער האבן טאקע די פרומע רבנים ווי רבי [[שמואל סאלאנט]] פון די אשכנזים און דער ראשון לציון פון די ספרדים רבי [[רפאל מאיר פאנאזיל]], געהאט גאר א גרויסע השפעה אויף די יהדות אין ארץ ישראל, וויבאלד די געלד איז געקומען צו זיי.