אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שלאף"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: th:การนอน |
קראנקהייט -> קראנקייט Ⓣ |
||
שורה 61:
אבער דאקטוירים רעקאמענדירן דאס נישט פאר קיינעם ווייל אפילו דער פארנומענסטער מענטש דארף האבן גענוג שלאף צו קענען טאן זיין ארבעט מיט אן אויסגערוטן קאפ און אן דעם איז זיין ארבעט גארנישט ווערט. אדרבה, פרובירט אנהייבן שלאפן מער און איר וועט אליינס זען אז די ארבעט וועט אייך גיין גרינגער און איר וועט האבן א ישוב הדעת צו יעדע זאך. שלאפן ווייניג איז נישט קיין קונץ, דער קונץ איז צו זיין אן אויסגערעכנטער מענטש און נישט פארשלאפן אינדערפרי און פארדרייען דעם סקעדזשועל. א מענטש מיט א סקעדזשועל איז דער צופרידנסטער און זיין קאפ איז אים שטענדיג אויפ'ן פלאץ.
ווען א מענטש שלאפט שטארקט זיך זיין [[אימון סיסטעם]] און אויב ער וועט נישט האבן גענוג שלאף וויפיל זיין קערפער פארלאנגט וועט זיין אימון סיסטעם ווערן אפגעשוואכט און ער וועט זיין מער אויסגעשטעלט איבערצוכאפן וויירוסעס און אנדערע
פונקטליך וואס עס פאסירט אין א מענטש'נס קערפער דורכאויס דער שלאף און פארוואס מען דארף האבן אזויפיל שעה'ן שלאף ווייסט קיינער נישט אבער עס זענען פאראן פארשידענע טעאריעס וועלכע זענען אנגענומען געווארן במשך די יארן.
שורה 76:
אן ערוואקסענער מענטש ברויך האבן צווישן 7 און 9 שטונדן שלאף יעדע נאכט. דאקטוירים קומען כסדר ארויס מיט פרישע שטודיעס וויפיל שלאף מען ברויך האבן און מען קומט אלס צוריק צו דעם אויבנדערמאנטן באשלוס וועלכע איז דער דורכשניטליכער שלאף פון אן ערוואקסענער מענטש. וויאזוי אימער, זאגן אבער אלע דאקטוירים אז איין מענטש איז נישט דאס זעלבע ווי א צווייטן און יעדע'נס קערפער גיט אים אליינס די אינפארמאציע וויפיל שלאף ער ברויך האבן. אגב, דער רמב"ם שרייבט אין הלכות דעות אז א מענטש דארף שלאפן א דריטל מעת לעת וועלכע איז 8 שטונדן א נאכט.
א מענטש קען זיך געוואוינען צו שלאפן ווייניג אבער ווען מען באטראכט אלע אויבנדערמאנטע געשעענישן וועלכע קומען פאר אין שלאף דארף מען צוויי מאל טראכטן צי עס לוינט זיך אויפצוגעבן שלאף. אלע דאקטוירים זענען פאראייניגט אז א מענטש דארף באקומען א געהעריגע נאכט שלאף און אויב ער וועט זיך געוואוינען צו שלאפן ווייניג וועט דאס האבן אן עפעקט אויף זיין קערפער פריער אדער שפעטער. דעם מענטש'נס אימון סיסטעם שטארקט זיך ביינאכט און אויב ער שלאפט נישט גענוג ווערט אפגעשוואכט און איז נישט גרייט צו באקעמפן אלע
אז מען וויל זיין א געזונטע מענטשן און האבן כוחות אנצוגיין מיט'ן לעבן דארף מען יא האבן גענוג שלאף און עס איז נישט קיין שום מעלה אז מען שלאפט ווייניג. וואס עס איז יא א מעלה, איז אויב מען לייגט זיך צייטליך שלאפן און מען שטייט אויף אינדערפרי. די וועלט איז אויסגעשטעלט געווארן אויף דעם וועג און אמאל איז יעדער געגאנגן שלאפן צייטליך ווייל עס איז געווען שטאק טונקל און מען איז אויפגעשטאנען פרי ווען די זון האט אויפגעשיינט. פארשטייט זיך אז וויבאלד די טבע פון די וועלט איז אזוי איינגעשטעלט געווארן איז דאס די בעסטע וועג אויסצושטעלן די שטונדן פון שלאף און מען קען זיך דאס גרינג אליינס איבערצייגן. אויב מען שלאפט פון 9:30 ביז 5:30 אינדערפרי וועט מען זיין פיל מער אויסגערוט ווי אויב מען וועט שלאפן פון 12:00 ביז 8:00. נאכמער, אויב מען וועט שלאפן 7 שטונדן אין די פריע נאכט שטונדן וועט מען זיין פיל מער אויסגערוט ווי אויב מען זאל שלאפן 10 שטונדן אנגעהויבן פון 12 אדער איינס אזייגער.
שורה 136:
===רעסטלעס לעג סינדראם===
דער אפטייטש דערפון איז אומרואיגע פיס
|