אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הגדה של פסח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: sl:Hagada
←‏חד גדיא: אפגעשפאלטן אפטיילונג חד גדיא
שורה 139:
סיומא דמלתא: מיט דעם האבען מיר געענדיגט די דרשות חז"ל פון די פסוקים, יעצט ברענגט דער בעל ההגדה פון חז"ל, אז אין יעדער מכה איז מרומז נאך און נאך מכות, און מיט דעם ענדיגט זיך די מצוה פון סיפור יציאת מצרים. דערנאך הייבען מיר אהן צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטען פאר די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן. אלץ א הקדמה ברענגט דער בעל ההגדה דעם "כמה מעלות טובות למקום עלינו", צו ווייזען אז אפילו אויף איין טובה אליין וואלטען מיר געדארפט דאנקען און לויבען דעם אייבערשטען, איז אוודאי און אוודאי אויף די אלע טובות וואס ער האט אונז געטוהן דארף מען אוודאי און אוודאי דאנקען און לויבן, און וועגען דעם זאגען מיר באלד דערנאך הלל. עס איז וויכטיג צו באמערקען אז דער טעם פארוואס דער בעל ההגדה ברענגט אראפ [[רבן גמליאל]] איידער מען זאגט דעם הלל, איז ווייל דאס וואס מיר דאנקען דעם אייבערשטען אויף דעם נס פון יציאת מצרים, כאטש מיר זענען דאך נאך היינט אין גלות, איז ווייל "חייב אדם לראות את עצמו כאלו הוא יצא ממצרים", און דאס האט מען דאך פריער ארויסגעלערנט פון "בעבור זה עשה ה' לי" וועגען דעם וויל דער בעל ההגדה מקדים זיין די דרשה פון רבן גמליאל, ווי ער דרש'ענט דעם פסוק "בעבור זה" אז דאס גייט ארויף אויף די מצוות הלילה פון "פסח מצה און מרור".
 
===חד גדיא===
פירוש א' על חד גדיא
אין דעם ספר מעשה ניסים, פונ'ם הייליגען "חוות דעת, שטייט א פירוש אויף דעם שיר פון "חד גדיא" אז דאס גייט ארויף אויף די צייטען פונ'ם חורבן בית המקדש ביז ווען משיח וועט קומען.
 
דער ציגעלע איז א רמז אויפ'ן בית המקדש וואס ווערט אנגערופען "גדי" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק "בכרמי עין גדי", "אבא" מיינט מען דוד המלך, וואס ער הייסט דער פאטער פון חסידים, (חסיד-לפנים משורת הדין) :
 
ווען [[דוד המלך]] האט געקויפט דעם ארט אויף צו בויען דעם בית המקדש, האט ער איינגעמאנט פון יעדען א האלבען שקל וואס דאס איז ווערט צוויי זוזים.
 
דאס מיינט דער בעל הגדה, "חד גדיא" דער בית המקדש "דזבין אבא" וואס דוד המלך האט געקויפט "בתרי זוזי" מיט צוויי זוזים, וואס יעדער האט געגעבן.
 
"שונרא" מיינט מען [[נבוכדנצר]] דער קעניג פון בבל, וואס ער האט חרוב געמאכט דער ערשטען בית המקדש, ער ווערט אנגערופן "שונרא" ווייל ער איז געווען א "שונא רע" פאר די יודען:
 
"כלבא" מיינט מען, כורש דער קעניג פון פרס, דער טעם פארוואס ער ווערט אנגערופען "כלבא" איז ווייל ווען ער איז געווען א קינד, האט ער געטרונקען מילך פון א הינט, און א הונט הייסט א "כלב".
 
"כלבא נשך לשונרא" כורש איז געווען דער וואס האט געהארגעט בַּלשַאצַר, דער זון (אדער אייניקעל לויט טייל מפרשים) פון נבוכדנצר, און אזוי האט כורש איבערגענומען דעם קעניגרייך פון בלשאצר. (דריוש און כורש זענען געווען די צוויי טויער וועכטערס פון בלשאצר, און נאך די מעשה מיט די האנט וואס האט געשריבען אויפ'ן וואנט, האט כורש און דריוש געהארגעט בלשאצר, און קודם איז דריוש פון מדי געווארען קעניג, און נאכדעם האט כורש פון פרס איבערגענומען די מלוכה)
 
"חוטרא" מיינט דער קעניגרייך פון "יון". דער טעם פארוואס די יוונים הייסען "חוטרא" איז ווייל זיי פלעגען שלאגען די יודען מיט שטעקענס.
 
"חוטרא הכה לכלבא" דער קעניגרייך פון יון, האט אומגעווארפן דער קעניגרייך פון פרס, (ווייל נאכדעם וואס כורש פון מדי האט האט געקעניגט, האט דאך דריוש פון פרס איבערגענומען זיין מלוכה, און פון איהם האט עס שפעטער יון צוגענומען).
 
"נורא" מיינט מען די [[חשמונאים]]. דער טעם פארוואס די חשמונאים הייסן "נורא" איז ווייל די כהנים ווערן אנגערופען נורא, (מדרש) און זיי זענען דאך געווען כהנים:
 
"נורא שרף לחוטרא" די חשמונאים האבען מלחמה געהאלטען מיט די יונים, און זיי האבען אוועק גענומען דער קעניגרייך פון די יונים.
 
"מיא" מיינט מען אדום און "רוים" איז געווען פון אדום. דער טעם פארוואס די "רומים" הייסען "מיא" איז, ווייל אזוי ווי די גרויסע וואסערן גייען פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטען, אזוי אויך די רומיים זענען געווען אזוי שטארק, אז זייער באפעל איז געגאנגען פון איין עק וועלט ביז'ן צווייטען.
 
"מיא כבה לנורא" די רומים האבען אוועק גענומען די מלוכה פון די חשמונאים, און שפעטער חרוב געמאכט דער צווייטע בית המקדש.
 
"תורא" מיינט מען די ישמאלים, וואס זיי ווערען אנגערופען "תור - אקס" (מדרש).
 
"תורא שתה למיא" די ישמאלים האבען שפעטער אוועק גענומען דער מלוכה אין ארץ ישראל פון די רומיים.
 
"שוחט" מיינט מען משיח בן יוסף, איידער משיח בן דוד וועט קומען, וועט קודם משיח בן יוסף קומען מלחמה האלטען מיט די ישמאלים:
 
משיח בן יוסף וועט אבער געהארגעט ווערען אין דעם גרויסען מלחמה דארך דעם מלאך המות, און נאכדעם וועט משיח בן דוד אונז קומען אויסלייזען. דאס מיינט "ואתא מלאך המות ושחט לשוחט"
די גמרא זאגט אז ווען משיח וועט קומען וועט דער אויבערשטער שחט'ן דעם יצר הרע, (מלאך המות) און נאכדעם וועט דער מלאך המות מער נישט קענען הארגענען:
 
פירוש ב' על חד גדיא
אין די הגדה של פסח פון מהר"ט באנדי ז"ל פון פראנקפורט, ווערט געברענגט א פירוש אויף דעם שיר פון "חד גדיא". אז דאס גייט ארויף אויף א וויכוח (שאלות און תשובות) וואס א איד האט געהאט מיט א מצרי.
 
דער איד שפעט אפ פון דער עבודה זרה פון די מצריים "די ציגען", און לאכט אפ ווי נאריש זיי זענען אז זיי בוקען זיך צו א פשוטע ציג.
 
די הגדה הייבט אהן: "חד גדיא חד גדיא דזבין אבא בתרי זוזי". דער טאטע האט געקויפט א ציג (די עבודה זרה פון די מצריים) פאר זייער א ביליגער פרייז, 2 גילדען. און צו אזא ביליגע און פראסטע זאך בוקען זיך די מצריים.
 
רופט זיך אהן דער איד מיט געלעכטער: "פארוואס דינט איר דעם "ציג" וואס קאסט אזוי ווייניג געלט, דינט בעסער די "קאץ" וואס איז שטערקער און קען אויפעסן די ציג". ענטפערט דער מצרי: "גוט, מיר וועלן דינען די קאץ וואס איז שטארקער"!
 
זאגט דער איד: "אויב אזוי, דינט בעסער דעם "הינט", וואס ער איז שטערקער פון די "קאץ" און ער קען איהר צורייסען אויף שטיקער און מאכן א ענדע פון אייער עבודה זרה"! ענטפערט דער מצרי: "גוט, מיר הייבען אהן צו דינען דעם שטארקן הינט"!
 
זאגט ווייטער דער איד: "אויב אזוי, איז שוין בעסער אז איר דינט דעם "שטעקן" וואס קען שלאגן און הרג'נען דעם הינט"... ענטפערט דער מצרי: "טאקע גוט, מיר וועלן דינען פאר דעם "שטעקן" וואס האט אין זיך א שטארקן כח, און מיר וועלן זאגן אז דער שטעקן איז אונזער גאט"!
 
זאגט צוריק דער איד שמייכעלדיג: "אויב אזוי, איז דען נישט שענער אויב איר דינט דעם "פייער" וואס פארברענט דעם שטעקן און מאכט פון איהם אין איין רגע אַש"! זאגט דער מצרי: "נו גוט, מיר וועלן דינען דעם "פייער" וואס פארברענט דעם שטעקן".
 
שפעט פון איהם דער איד: "וואס פאר א גאט איז "פייער", וואס "וואסער" קען איהם פארלעשן? - "וואסער" איז דאך פוהל שטארקער פון פייער". ענטפערט צוריק דער מצרי: "זייער פיין, מיר הייבען אהן צו דינען די וואסער".
 
פרעגט איהם דער איד: "אויב די וואסער וועט זיין אייער גאט - קען דאך קומען דער "אקס" און איהם אויסטרינקען. איז דאך שוין בעסער אז איר דינט דעם אקס". זאגט איהם דער מצרי: "גוט, מיר דינען דעם אקס".
 
לאכט דער איד אויף איהם: "וואס פאר א כח האט דער "אקס", עס קומט דער "שוחט" און נעמט זיין מעסער אין האנט און שֶׁחְט איהם אפ"... טראכט דער מצרי: "שוין, מיר הייבען אהן צו דינען דעם שטארקן "שוחט" וואס קען שחט'ן דעם אקס".
 
פרעגט איהם ווייטער דער איד: "אויב דער "שוחט" איז אייער גאט ווייל ער קען שחט'ן דעם אקס, - אבער דער שוחט ליגט דאך אין די הענט פון דעם "מלאך המות". ווען דער "מלאך המות" וויל, הרג'ט ער דעם שוחט. איז דאך שוין בעסער צו דינען דעם "מלאך המות"! זאגט צוריק דער מצרי: "זייער גוט, פון היינט אהן וועלן מיר דינען דעם שטארקן "מלאך המות" און איהם מאכן פאר אונזער גאט. ווייל ער איז דער שטערקסטער און קען יעדעם איינעם הרג'נען! מיר וועלן קיינעם נישט דינען נאר איהם"!!
 
רופט זיך אהן דער איד מיט געלעכטער: "דו טיפש און נאַר וואס דו ביזט"!! - די אלע שטארקע כוחות און קרעפטיגע זאכן וואס געפונען זיך אויף דער וועלט, איז דאך גארנישט קעגען די שטארקע כח און געוואלדיגען קראפט פון דעם איין איינציגען באשעפער וואס האט באשאפן די הימל און ערד"!! - ער מאכט דאך אלע לעבן און העלפט יעדעם איינעם - עס איז נישט דא קיין אנדערע גאט אויסער איהם".
 
צום סוף ווען משיח וועט קומען, וועלן אלע פעלקער אפלאזן זייערע עבודה זרה'ס, און איינזעהן אז עס איז טאקע נישט דא נאך א באשעפער אויף דער וועלט אויסער דער אייבערשטער, און זיי וועלן אנהייבן צו פארכטן פון איהם, און איהם דינען מיט'ן גאנצן הארץ, במהרה בימנו אמן!
 
[[קאַטעגאָריע:פסח]]