אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמחה בונם אלטער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 3:
 
==לעבענס געשיכטע==
ער איז געבוירן אין שטעטל [[גער]], [[פוילן]], כ"ג ניסן תרנ"ה (1898), צו זײַן פֿאטער דעם „אמרי אמת" ווען זײַן זיידע דער „שפת אמת" האט נאך געלעבט. ער האט חתונה געהאט מיט זײַן קוזין יוטא הענא אלטער, מיט וועמען ער האט געהאט דרײַ קינדער. דאס עלצטע קינד, א טאכטער, איז אוועק נאך געציילטע חדשים. מיט א צען יאר שפעטער האט ער געהאט נאך א טאכטער, רבקה פייגא. זי האט חתונה געהאט מיט הר"ר מאיר מאנדל, דערנאך מיט ר' חזקיהו לעוו. זי איז נפטר געווארן יא אב תשנ"ז [[1997]] איבערלאזנדיג אן איינציגן זון הר"ר נחמיה מאנדל, ראש כולל פֿונ'םפֿונעם [[גער]]ער כולל „בית ישראל" אין [[אשדוד]]. קורץ פֿאר דער צווייטער וועלט מלחמה איז געבוירן דער איינציגער זון פֿונ'םפֿונעם „לב שמחה", דער הײַנטיגער גערער רבי שליט"א, הר"ר [[יעקב אריה אלטער]].
 
נאך זײַן פֿאטער'ס פטירה אין תש"ח איז זײַן עלטערער ברודער דער [[ישראל אלטער|„בית ישראל"]] געווארן גערער רבי, און ער (הר"ר שמחה בונם) מיט זײַן משפחה האט געוואנדערט פֿון [[ארץ ישראל]] קיין [[סאן זשערמען]] לעבן [[פאריז]] אין [[פֿראנקרייך]]. דערנאך האבן זיי זיך געצויגן קיין [[אנטווערפן]] אין [[בעלגיע]]. שפעטער האבן זיי אײַנגעוואנדערט צוריק קיין ארץ ישראל, און האבן זיך באזעצט אין דער מחנה יהודה געגנט אין [[ירושלים]].
 
ווען דער בית ישראל איז אוועק האבן גערער חסידים אויפֿגענומען עםאים אלס רבי, ער איז דעמאלסט געווען קרוב צו די שמונים. אין יאר תשמ"ו איז ער געווארן שטארק קראנק, אבער ער האט ווײַטער געפֿירט די רביסטעווע ביז סוף ימיו. אפילו קראנקערהייט פלעג ער ארײַנקומען אין בית המדרש און אפילו געפֿירט [[טיש]]ן ווען נאר מעגליך. מיטוואך [[ז' תמוז]] תשנ"ב [[1992]], אויפן יארצייט פון זיין עלטער זיידן דעם [[ברוך תאומים-פרענקל|ברוך טעם]], איז ער אוועק פֿון דער וועלט אויפֿן עולם האמת. זײַן ממלא מקום אלס רבי איז געווען זײַן יונגערער ברודער דער [[פנחס מנחם אלטער|פני מנחם]].
 
==זײַן ארבעט פֿארן ברייטערן צבור==