אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סקווירא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 78:
דער פערטער זון פון ר' איציקל איז געווען ר' [[דוד'ל מסקווירא|דוד'ל סקווערער]]. ער איז געווען באקאנט ביי חסידים פאר'ן זיין אן אויסערגעווענליכער שתקן. ער האט כמעט נישט גערעדט, און האט זיך איינמאל אויסגעדריקט, "מען שווייגט און מען שווייגט, דערנאך רוהט מען זיך אפ אביסל און מען שווייגט ווייטער."
 
ער איז געווען באקאנט מיט זיין פרישות און איבערמענטשליכע סיגופים, און זיין מסירות נפש פאר טבילה אין מקוה. ער האט געהאט ?צוועלף? זון, צוויי פון זיין ערשטער ווייב -- ר' מרדכי און ר' משה -- און ?צען? פון זיין צווייטער ווייב, צפורה, דער טאכטער פון ר' [[אליקים געץ מאוסטרא|אליקים געץ אוסטראה'ר]]. עטליכע פון זיי זענען ר' [[יצחק טווערקי מקעשינובפון קעשענאוו|איציקל קעשינובערקעשענאווער]], ר' [[יעקב יוסף טווערסקי מסקווירא|יעקב יוסף]] -- דער גרינדער פון [[ניו סקווער|סקווערע שטעטל]], ר' נחום, ר' שלמה, ר' פנחס, און נאך. אפאר זענען אומגעקומען דורך די דייטשן אין די שואה.
 
ביים אנהייב פון די באלשעוויק רעוואלוציע, בערך ארום 1914, האט זיך ר' דוד'ל אריבערגעצויגן קיין קיעוו צוליב די אומרואיגע אומשטענדן אין די קלענערע שטעט און דערפלעך פון אוקריינא און וואלין. אין יאר תר"פ איז ר' דוד וועלעכע איז געווען א שטארק אפגעהיטענער און א מפונק האט נישט געקענט אויסהאלטן דאס ארומוואנדערן און דאס שמוציגער גלות לעבן דערפאר איז ער קראנק געווארן צוליב די שווערע אומשטענדן וואס האבן געהערשט איבעראל אין דעם געגנט צוליב די פאליטישע איבערקערענישן. ער איז נסתלק געווארן יענעם יאר און איז באערדיגט אין קיעוו.