אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "עשרה הרוגי מלכות"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
ת"ט
מ באט צוגעלייגט: fr:Dix Martyrs; שינויים קוסמטיים
שורה 1:
'''עשרה הרוגי מלכות''' איז דער נאמען וואס מען גיט צו די צען [[תנאים]], וואס זענען געווען הינגעריכט דורך דער רוימישער רעגירונג אין [[ארץ ישראל]].
 
די [[גמרא]]<ref>בבא בתרא, י; סוטה מח:</ref> ניצט דעם אויסדרוק "הרוגי מלכות" פאר די יידן וואס די רוימען האבן געהרגעט צוליב זייער זיין יידן אדער צוליב זייער היטן די [[מצוה|מצוות]]. אין דער גמרא ווערט געברענגט וועגן דרײַ תנאים וואס זענען הינגעריכט: [[רבי עקיבא]]<ref>ברכות סא.</ref>, רבי [[חנינא בן תרדיון]]<ref>עבודה זרה יז:</ref> און רבי [[יהודה בן בבא]]<ref>ע"ז ח:; סנהדרין י"ד.</ref>. די תנאים זענען געכאפט ווייל זיי האבן געהיט די מצוות וואס אדריאנוס האט גע'אסרט: זיי האבן געגעבן [[סמיכת זקנים|סמיכה]] צו די חכמים, זיי האבן געהיטן [[שבת]], זיי האבן געמאכט [[ברית מילה]] אדער געלערנט [[תורה]] ברבים.
 
די צאל פון צען עשרה הרוגי מלכות טרעפֿו מען שוין אין מדרש איכה<ref>איכה רבה, פרשה ב' אות ה' (אנשטאט ר' הנינא בן חכינאי, ר' יהודה בן דמה און ר' אלעזר בן שמוע ווערן גערעכנט דא ר' יהודה הנחתום, [[בן עזאי]] און ר' [[טרפון]])</ref> און אין מדרש אלה אזכרה.
 
מער פרטים זעט מען אין דער [[קינה]] וואס הייבט אן מיט די ווערטער ''[[אלה אזכרה]]'' דארט ווערט געברענגט וויאזוי מ'האט זיי געפירט צום טויט און די שמועס פון די מלאכים וועגן דעם. [[אשכנזים]] זאגן די קינה נאך דער [[סדר העבודה|עבודה]] אין [[מוסף]] [[יום כיפור]], און די [[ספרדים]] זאגן זי אין די קינות [[תשעה באב]]. די אשכנזים זאגן אין די [[קינות]] פון תשעה א קירצערע קינה וואס הייבט אן מיט די ווערטער ''ארזי הלבנון אדירי התורה'' (דארט ווערט רבי יהודה בן דמה נישט דערמאנט).
 
די צען זענען:
שורה 14:
*רבי [[יהודה בן בבא]]
*רבי [[חנינא בן תרדיון]] - געהרגעט [[כ"ז סיון]] מיט א [[ספר תורה]]. ער ליגט נישט ווײַט פון [[ציפורי]]
*רבי [[חוצפית המתורגמן]]
*רבי [[ישבב הסופר]]
*רבי [[חנינא בן חכינאי]] / אדער ר' [[חנינא סגן הכהנים]].
*רבי [[יהודה בן דמה]]
*רבי [[אלעזר בן שמוע]]
 
אין אמת'ן זענען די צען תנאים נישט אלע געהרגעט אין דער זעלבער צײַט.
*רבן שמעון בן גמליאל מיט רבי ישמעאל זענען געהרגעט צוזאמען אין דער צייט פון [[חורבן בית שני]].
*רבי עקיבא איז געהרגעט 60 יאר נאכן חורבן.
שורה 28:
 
[[רבינו בחיי]]<ref>רבינו בחיי, סוף פון פרשת מקץ (דארט ווערט דערמאנט נישט ר' יהודה בן דמה נאר ר' אליעזר בן דמא)</ref> שרייבט אז די עשרה הרוגי מלכות זענען מרומז אין די צען מאל וואס שטייט דאס ווארט "האנשים" ווען יוסף'ס ברידער זענען געקומען קיין מצרים.
== מקורות ==
<references/>
 
שורה 35:
[[en:Ten Martyrs]]
[[he:עשרת הרוגי מלכות]]
[[fr:Dix Martyrs]]
[[lt:Dešimt kankinių]]