אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוחנן טווערסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
קאטעגאריע: רוסישע אדמורי"ם
אין תקציר עריכה
שורה 1:
הרה"צ '''רבי יוחנן טווערסקי זצ"ל''' ([[ה'תקע"ו]] - [[ד' ניסן]] [[ה'תרנ"ה]]) איז געווען א זון, פון דעם [[מרדכי טווערסקי|טשערנאבלער]] מגיד; ער האט אויפגעשטעלט א רבי'שן [[רחמיסטריווקא (הויף)|הויף]] אין דעם שטעטל [[רחמיסטריווקא]].
 
{{גרונטסארטיר:טווערסקי, יוחנן}}
==אפשטאם==
 
'''רבי יוחנן''' איז געבוירן אין יאר [[ה'תקע"ו]], צו זיין פאטער הרב '''[[מרדכי טווערסקי]]''' דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב [[מנחם נחום טווערסקי]] פון [[טשערנאביל]], דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת '''פייגא''', א טאכטער פון הרב '''דוד לייקעס'''.
 
==רבנות==
 
נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר [[ה'תקצ"ז]] האט '''רבי יוחנן''' נישט געוואלט פירן קיין רעביסטעווע, האלטענדיג אז ער איז נישט פאסענט <small>(ראוי)</small> דערצו, הערשט עטליכע יאר שפעטער ווען מען האט אים אויפגענומען אלס מגיד אין [[רחמיסטריווקא]] האט ער אנגעהויבן צו פראווען.
 
==הסתלקות==
 
'''רבי יוחנן''' איז נפטר געווארן [[ד' ניסן]] [[ה'תרנ"ה]], און ער ליגט אין רחמיסטריווקא.
 
==זיין פאמיליע==
 
'''רבי יוחנן''' האט געהייראט מרת '''חנה''' א טאכטער פון הרב '''פנחס''', רב אין [[קאלק]]. זייערע קינדער:
 
* הרב '''דוד טווערסקי''' פון [[זלאטיפאלי]].
 
* הרב '''מרדכי טווערסקי''' פון [[רחמיסטריווקא]].
 
* הרב '''מנחם נחום טווערסקי''' פון [[רחמיסטריווקא]] [[ירושלים]].
 
* הרב '''זאב וואלף טווערסקי''' פון [[רחמיסטריווקא]].
 
* מרת '''שיינדיל''', די ווייב פון הרב '''משה''' פון [[טשעשילניק]], א זון פון הרב שלמה פון [[סאווראן]].
 
* מרת '''פייגא''', די ווייב פון הרב '''יעקב אריה לייב טווערסקי''' ([[ה'תר"ז]] <small>(אומגעפער)</small> - [[כ"ח אייר]] [[ה'תרע"ח]]), פון [[טוריסק]], א זון פון [[אברהם טווערסקי (טוריסק)אברהם טווערסקי]], דער טוריסקער מגיד.
 
* מרת '''מלכה''' די ווייב פון הרב '''[[יצחק פרידמאן (באיאן)|יצחק פרידמאן]]''' ([[ב' תשרי]] [[ה'תר"י]] - [[י"ז אדר]] [[ה'תרע"ז]]), פון [[באיאן]], דער פחד יצחק.
 
* די ווייב פון הרב '''מרדכי טווערסקי''' פון [[שפיקאוו]].
 
==זעט אויך==
 
* [[טשערנאבילער גזע]]
 
==רעפערענצען==
 
* ''מאורי אור''
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר
 
<references/>
 
[[קאַטעגאָריע:רוסישע אדמורי"ם|טוורעסקי, יוחנן]]