אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זיבנבערגן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ באט צוגעלייגט: be:Трансільванія
אין תקציר עריכה
שורה 16:
 
זיבנבערגן שליסט איין די דיסטריקטן [[מארמאראש]] (Maramureş), [[באנאט]] (Banat), [[קרישאנא]] (Crişana) און '''ארדעאל'''. זיבנבערגן האט גרעניצן מיט [[אוקראינע]] אין צפון, [[אונגארן]] אין מערב, און [[סערביע]] אין דרום מערב. זי שטייט אויף א פלאטא הויך 300 - 500 מעטער אין די [[קארפאטן]].
 
== יידישע היסטאריע ==
 
פארן חורבן אייראפע, האבן געוואוינט אין זיבנבערגן 200,000 יידן. די דרום טייל פון זיבנבערגן, איז געווען אונטער רומעניע, די צפון טייל אונטער אונגארן, אין 1944 איז דער צפון טייל אריבער צו רומעניע.
 
די 40,000 יידן, וואס האבן געוווינט אויף דער רומענישער זייט, זענען געראטעוועט געווארן, פון פיזישע אומקום, אזוי ווי סמערהייט רומענישע יידן, אבער האבן געהאט אויסצושטיין ביטערע צרות, ווי צוואנגס ארבעט, רויבערייען, און אנדערע צרות, אין די זומער 1941, זענען די יידן פון די דרום, קאנצעטרירט געווארן אין די גרויסע שטעט, און אין [[געטא]]ס.
 
אויפן צפון טייל פון זיבנבערגן, וואס האט געהאט ארום 165,000 יידן, האבן זיך די צרות אנגעפאנגען 1944, נאכן [[דייטשן]]ס אריינקומען אין אונגארן, זיי זענען געווען די ערשטע, פארשיקט צו ווערן אויף [[אוישוויץ]], אין מיי יענע יאר, זענען אלע יידן פון צפון טייל געווען אין געטאס, דורך אונגארישע זשאנדארן, און די רעגירונג, נאך עטליכע וואכן זענען 132,000 יידן שוין געווען אין אוישוויץ, אין יוני יענע יאר, זענען שוין נישט געווען קיין יידן אין גאנץ צפון זיבנבערגן, א טייל פון די יידן, איז געלונגען צו אריבערגיין צום דרום טייל, און אזוי זענען זיי געראטעוועט געווארן.
 
 
[[קאַטעגאָריע:רומעניע]]